Yiddish with an Aleph

אויף די טרעפ פונעם דריטן בית־המקדש

On The Steps of the Third Temple

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share
hanniharel.blogspot.com

י.ל. גאָרדאָן, דער העברעאישער שרייבער און דיכטער, זאגט אין זיין שיר „קוצו של יוד‟, אין שייכות מיטן מנהג פון צעברעכן א גלאז אונטער דער חופה: „חורבן העיר אלפי שנה נזכורה, ולחורבן האומה נקשיח לבנו‟ — דעם חורבן פון דער שטאט געדענקען מיר טויזנטער יאר, נאר צום חורבן פונעם פאלק זענען מיר פארטעמפט… אינעם אלטן לאנד האבן זיך אידן ווידער באזעצט, די אלטע שפראך האט מען אפילו אויפגעלעבט, נאר די ווערטער פון גארדאן הענגען צווישן הימל און ערד, סיי ווי א באווייז אויף דעם נביאישן כח פונעם משורר, און אויך ווי א מוסר צו דערזען זיך ווי עס קוקט אויס, ווען מ’פארריכט די שטוב פאר די איינוואוינער.

ווען מיר טראכטן פונעם בית־המקדש, מאלן מיר זיך אויס נביאים, כהנים אין פולע מונדירן, עמך-אידן מיט ווייסע נאכט-העמדער, לאנגע געלאקטע האר, און ווייבער מיט בארוועסע פיס. מיר מאלן זיך אויס חשמונאים, תנאים, אויל-פּרעסער און ווייץ-מילער, און נאך אזעלכע פארצייטישע פיגורן. מיר פארגעסן אבער, אז א בית המקדש אין איין און צוואנציגסטן יאר-הונדערט מיינט א בית המקדש פאר מענטשן אינעם 21סטן יאר-הונדערט. נישט אמאליגע העברעער וועלן מיר דארט זען, נישט קיין דרייסטע מלחמה-לייט, איבערגעגעבענע פעלד-ארבעטער, אדער באשיידענע פאסטוכער, נאר שווארצע קאפעליושן און גרויסע געדרייטע גארטלעך. נישט די אלטע שירת הלויים, אדער א הימלישער נביא, וועלכער רופט איבער די מויערן, נאר א מחנה מיט רבי’ס נאך וועלכע א קייט פון חסידים שלעפן זיך נאך, יעדער איבערצייגט צו שטעלן זיין רבי’ן אין שפיץ פון דער עבודה. אדער אפשר א גרופע עסקנים, דער מיט א קול-קורא איבער ווערימלעך אין די טרויבן, דער מיט אן אנדער קול-קורא איבער די קאלירן פון די ווייבערשע קליידער, וועלכע וועלן די ווענט פונעם גרויסן היכל אנקלעבן מיט פאמפלעטן.

און הורדוס, זאל ער זיך אינעם קבר איבערקערן, האט ער דען געוואוסט וואס דער רבונו של עולם וויל פון אידן? מהיכי-תיתי, אויסגעצירט דאס בית המקדש מיט זיינע חלומות, אוועקגעשטעלט רוימישע זיילן, אינעם קארינטישן סטיל, קעגן דעם הייליגסטן פלאץ פון גאט. ווייסן מיר דאך, אז פאר זיין ליבן נאמען איז פיל חשובער די אידישע צעטלעך, די צעקאליעטשעטע שרייענדיגע אותיות. א שיינע פאסאדע דארף גאט פארנט פונעם בית-המקדש? ווי? וואס? א מקוה וועלן מיר אויפשטעלן פארנט פונעם בנין, אזא מיט צען בורות, כדי ס’זאל זיין גוט לויט’ן דברי-חיים און אזוי לויט נאך אנדערע שיטות וואס ס’זענען דא צווישן אידן. וועלן אי די חסידים זיין צופרידן, אי די ליטוואקעס. פאר די גענוצטע האנטוכער וועט מען א באזונדערן שטח אוועקשטעלן לענגאויס דעם אריינגאנג.

מיר בענקען צוריק צום אמאל, מיר ווילן זייער זיך פאראייניגן מיט אונזער עבר, נאר צום ווייטאג, שטויסט אונז די מוטער אפ ווי פרעמדע קינדער. מיט וואס קומען די שווארצע קאפעליושן צו דעם אור אלטן נחל קדרון? מיט וואס א טענה קומען מיר צו דער ניקבה וואס חזקיהו המלך האט אויסגעגראבן אלץ הכנה צו דער מלחמה מיט אשור, ווען אונזערע קינדער ווייסן קוים אין וואס א קאנטעקסט דאס אריינצופאסן? אפשר מיט גיוס בני הישיבות? וויאזוי ווילן מיר דערוועקן רחמנות פון אונזער לאנד ווען אנטקעגן דעם ווידערקול פון “יחי המלך שלמה”, שרייען מיר צוריק מיט פאטאס “היו לא תהיה!” וואלטן מיר נאר דערזען די טענץ פון אונזערע מוטערס און שוועסטערס אין דעם גרויסן יום-טוב פון חמשה עשר באב, ווען די וויינגערטנער פון ארץ-ישראל זענען פיל געווארן מיט אידישער ליבע, וואלטן מיר זיי נישט פארשריגן מיט אונזערע קול-קורא’ס?

דער קופערנער ים פון שלמה מיט די געגאסענע קעלבלעך ארום, די הויכע מארמארענע ווענט פונעם אולם, די בארוועסע פיס פונעם כהן ווי זיין לינערנע טורבאן; זיי קוקן אלע צו אונז מיט א חוזק שמייכל, ווי צו דערמאנען די ווייטקייט אונזערע פון אונזער אייגענעם עבר און רייכע ירושה. אז איר קנעלט מיט די תלמידים פון וואס א סחורה די בגדי כהונה זענען גענייט געווארן, פארוואס פארגעסט איר צו דערמאנען וואס א נשמה ס’איז הינטער דעם געשטאנען? אז איר דערמאנט אין טיפע דעטאלן די גענויע מאס, וויפיל אמות ס’זענען געווען צווישן דעם אולם און דער מזבח, ווי דערקענט איר נישט דאס פנים פון די ווייבער, וועלכע זענען פארביי די גרויסע הויכע טויערן פון דער עזרה? וויאזוי פארזעט איר אין זייערע דרייסטע אויגן, אויגן פון ציון’ס טעכטער, דעם בליק פון אונזערע אייגענע מאמעס? ווי קומט דאס, אז ויקהל-פיקודי קנעלט זיך אין די חדרים אן דעם וואס מ’זאל דערהערן דאס קול פון מדבר אין די פארצויגענע עקזאטיש-געפארבטע יריעות איבער’ן משכן? ווי קומט דאס אז מיר דערהערן נישט דאס וויינענדיגע מזרח-קול אין די פסוקים פון אונזער אלטער תורה? אנו, שעמען מעגט איר זיך, זאגט דאס לאנד.

נאר מיר שעמען זיך נישט. מיר שעמען זיך נישט דערפאר וואס מיר געדענקען נישט וויאזוי ס’איז געווען. ווען דאס צווייטע בית-המקדש איז באנייט געווארן, איז דערמאנט אין פסוק, אז די עלטערע האבן געוויינט פון בענקשאפט צום ערשטן בית-המקדש. די ענדערונג פונעם ערשטן ביזן צווייטן איז אפנים צו גרויס געווען. דער גלאנץ פונעם ערשטן בית־המקדש איז קיינמאל צו אידן נישט צוריק. וואס שייך דעם דריטן איז אסור צו קלערן. קיין געוויינען וועלן נישט זיין, הלואי כאטש א ציפ אין הארצן. די מאדערנע וועלן אים אודאי אויסשטעלן ווי א שיינע ביבליאטעק, און קעגן דער מלחמה צווישן חרדים און מאדערנע איבער דער הערשאפט אויפ’ן פלאץ, וועט די שכינה אליין צוזאמפאקן די פעק… אט די שכינה וועלכע האט במשך צוויי טויזנט יאר נישט פארלאזט דעם מקום המקדש.

מיר שעמען זיך נישט, דערפאר וואס מיר קענען נישט אונזער תורה, און מיר געדענקען נישט דעם גאט פון אונזערע פארצייטישע מלכים, דער גאט פון אונזערע אלטע נביאים. מיר געדענקען נישט די לידער מיט וועלכע אונזערע עלטערן האבן אויסגעשעפט פאר די נסכים פונעם מעיין השילוח, לידער וועלכע האבן אפגעשפיגלט דאס הייליגע פייער פון די אראבישע נעכט, לידער וועלכע האבן זיך אויסגעוועבט קעגן דער זאמדיגער, פעלזענער נאקעטקייט פון די אידישע מדבריות, לידער וועלכע האבן אפגעקלונגען אין עכאָ איבער די בערג פון ציון, די בערג פון יהודה, וועלכע נעמען ארום ירושלים ווי געטרייע סאלדאטן זייער קעניג, אט די בערג אויף וועלכע דוד האט זיך ארומגעקוקט און פארגליכן זיי צו גאט’ס השגחה אויף זיין פאלק ישראל.

מיר שעמען זיך נישט ווייל מיר בענקען נישט אויף אן אמת. וואלטן מיר געבענקט, וואלטן מיר זיך געשעמט. און גאט, אויס רחמנות אויפ’ן לאנד, האלט אויף דעם דריטן בית-המקדש ביז מיר וועלן אונזערע אלע אינערליכע עניינים דורכקומען. אויף דערווייל זאגט גאט, פאר אייער טובה, פאר אונזער טובה, איז געזונט מיר זאלן בענקען… בענקט נאר און בענקט, אזוי לאנג ווי איר קענט, נאר דער ציל איז בעסער, כאטש אויף דערווייל, ס’זאל זיך נישט דערלאנגען, נאר בלייבן א חלום.