Yiddish with an Aleph

איינער אליין קעגן שטן

All Alone Against Satan

פֿון ואיה וענה

  • Print
  • Share Share

געווען איז עס לאנג צוריק, אדער אפשר נישט אזוי לאנג צוריק, אין אזא יאר ווי היי-יאר, ווען דער אונטערשייד פונעם אידישן און גויש’ן קאלענדאר האבן זיך געטראפן נאנט צו א חודש אפגערוקט, א סימן אז ס’איז שוין צייט פאר א פרישן עיבור-יאר. געצל האט דערזען אז ס’איז שוין חודש ניסן און קיין זכר פון א בליענדן בוים זעט זיך נאכנישט אין דער גאנצער סביבה, האט ער פרובירט מאכן סדר אין קאפ, געקראצט זיך און געריבן דעם שטערן, היתכן אז די תורה זאגט פסח זאל זיין אין חודש האביב, דער חודש אין וועלכן די ביימער הייבן אן שפראצן, און היי-יאר האלט גאר דער פסח נאך נענטער צום שניי ווי צום שפראצן? זאל עס זיין אז די רבנים האבן זיך פאר’חשבונ’ט? נישט גוט אויסגערעכנט דעם לוח?

ווי נאר די נייעס איז געקומען אז ס’וועט פאלן א שניי אום סאמע ערב פסח האט עס ביי געצל’ען דעם מוח צוגענומען. אזוי לאנג זיך געבראכן קאפ ביז ביי אים איז קלאר געווארן אז נישט אנדערש, נאר דאס מוז זיין דער כח פון די נישט גוטע. די בייזע כוחות האבן געמוזט האבן פארלייגט וועלטן צו פארדרייען דעם גאנצן מערכת השמים, כדי צו פארטושן חלילה א פסוק אין דער תורה. ברענגען א שניי דעמאלט ווען די תורה זאגט שפראצן, גאר נישט ווייניגער.

געצל האט א צייט נאכדעם זיך געדרייט אין שול, געפרעגט ביי דעם און ביי יענעם ווי זיי מיינען וועגן זיין סברא. אז עמיצער האט געצויגן מיט די פלייצעס, געוויזן אומזיכערקייט, אפגערעדט שוין פון די וואס האבן אפן אפגעלאכט, פאר די האט ער תיכף ארויסגעשלעפט א פאק ספרים פון דער שאפע און צוגעוויזן שווארץ אויף ווייס ווי מ’טרעפט שוין אזעלכע מעשה’ס אין די ספרים. “ווי קומט דאס אז דער אייבערשטער האט צוגעלאזט א מכשפה פון די בעלי אוב וידעוני זאל אראפברענגען די נשמה פון שמואל? ווי קומט דאס אז די מצרי’שע מכשפים האבן געקענט נאכמאכן די מכות פון משה רבנו?” אויב איז דאס נישט גענוג געווען האט געצל געברענגט די שטערקסטע ראיה, נאר דאס מאל אן קיין ספר אין דער האנט, פון דער מעשה מיטן פריץ וואס איז געווארן א שווארצע קאץ און לא-עלינו אפגע’הרג’עט קינדער פאר זייער ברית. “אפנים זעען מיר דאך”, האט געצל אויסגעפירט מיטן גראבן פינגער, “אז די נישט גוטע באקומען אמאל כוחות, כאטש ס’איז קעגן דעם הימלישן פלאן. נישט אלעס פארשטייען מיר.”

אומזיסט האט מען פרובירט מיט אים איינטענה’ן אז ווען איז דאס אלעס געזאגט געווארן, נאר דעמאלט ווען די כוחות הקדושה זענען נאך געווען געהעריג אין קראפט. היינט אבער אז מיר האבן קוים צדיקים וועלכע קענען איבערקערן וועלטן ווי אמאל, מיר האבן נישט גענוג א שטארקן צד הקדושה, איז די סיטרא אחרא אליין אויך אפגעשוואכט. ביי געצל’ען איז דאס געפאלן אויף טויבע אויערן. ער האט קעגן דעם אויך געטראפן א טוץ מיט ראיות אז סיי די קדושה, סיי די טומאה, זענען היינט נישט ווייניגער שטארק ווי אמאל.

געצל איז אהיים פון שול און זיך איינגעקוקט אויף יעדן בוים וואס ער איז פארביי, אפשר דאך וועט אים געלונגען צו באמערקן א שטיקל קנאספ וואס הייבט אן בליען, אפשר דאך וועט ער באמערקן עפעס א זכר פון א קאליר אויף די ברוינע נאקעטע צווייגלעך, און דערמיט וועט די תורה האבן דעם ניצחון. אויב זאל נאר אפילו איין קליין ברעקעלע חיות זיך באווייזן אויף א צווייג, וועט שוין מעגן שנייען פון היינט ביז איבערמארגן, וועט דאס שוין פארדינען דעם נאמען “חודש האביב” און דער שטן וועט קענען גיין פייפן מיט זיינע חברה. צו זיין באדויערן אבער האט זיך נישט אנגעזען אפילו עפעס ענליך צו דעם אויף די ביימעלעך. מילא ביז פסח איז נאך דא א צוויי טאג, קלערט געצל ביי זיך, קען דאך נאך דער באשעפער עפעס א נס מאכן, נישט צו דערלאזן א פסוק פון דער תורה פאלן.

פארבייגייענדיג א גארטן האט געצל דערזען א טאוול מיט א ברכת אילנות ארויפגעקלעפט אויפ’ן צוים. געצל ליינט אפ, “ווען ס’קומט ניסן און מ’דערזעט די ביימעלעך בליען דארף מען מאכן די ברכה…” גערעכט טאקע, כאפט זיך געצל, אויב וועט היי-יאר נישט שפראצן אום ניסן וועט דאס אויך מיינען א פארלוסט פון א ברכה. די תורה, הייסט דאס, וועט צוויי מאל פארלירן, איין מאל א בזיון פון א פסוק און דאס צווייטע א פארלוסט פון א ברכה. ביי געצל’ען הייבן אן די אדערן צו שטורמען, דאס קען נישט זיין און דאס טאר נישט זיין.

געצל באשטימט ביי זיך צו מאכן א ברכה, יהיה מה שיהיה, און גאט איז דאך א פאטער, וועט ער נישט דערלאזן אים צו מאכן א ברכה לבטלה, און די ביימער וועלן מוזן אנהייבן וואקסן. און וואס וועט זיין, קלערט געציל, אויב ס’וועט חלילה נישט געשען דער נס? אויב נאכ’ן מאכן די ברכה וועט גארנישט פאסירן, וועט ער געצל דאך האבן געמאכט א ברכה לבטלה, און דאס איז זייער א גרויסע עבירה. נאר געצל באטראכט זיך אז ס’גייט אים קיין זאך נישט אן, דער עיקר אז כבוד שמים זאל געראטעוועט ווערן, ס’זאל דער שטן קיין שליטה נישט האבן. געזאגט און געטון, געצל הייבט אן זוכן אין טאש א גארטל, רעכטס און לינקס, נאר דאס גארטל איז נישט דארט. נאר וואס דען? אוודאי מעשה שטן, באשליסט געצל ביי זיך, און ער הייבט אן זוכן שנעל עפעס אן אלטערנאטיוו מיט וואס זיך ארומצונעמען ביים מאכן די ברכה.

ער שלעפט ארויס בינטלעך פאפירן פון טאש, צעקנייטשטע און אפגעריבענע, און ווארפט זיי גיך אריבער אינעם אנדערן טאש, זוכנדיג עפעס אן אביעקט וואס זאל אים קענען צונוצקומען. געזוכט און געזוכט, נאר ווי ס’איז טאג איז ביי געצל’ען שוין קיין ספק נישט געבליבן אז דאס האבן זיך אלע פינסטערע כוחות פאראייניגט אים נישט צו דערלאזן אויספירן. דאס בלוט לויפט אים אפ, די הארצקלאפן ווערן אלץ האסטיגער, ביז גאט האט רחמנות באקומען און זיינע אויגן האבן געלאנדעט אויף די שיך. געצל שלעפט איינס צוויי ארויס א בענדל און מעסט אים אן אויף די לענדן, אבער ס’איז צו קורץ. פרובירט אהער, פרובירט אהין, אפשר אזוי און אפשר אזוי. א שאד די מי. א טרער שטעלט זיך געצל’ען אין די אויגן, “גאט! איך בעט דיך”, מורמלט ער שטיל, “דערלאז נישט. דערלאז נישט אז דיין כבוד זאל צעטרעטן ווערן. לאז נישט א פסוק פון דער תורה פאלן, א הלכה אין שולחן ערוך אויסגעמעקט ווערן, און א ברכה פון אידישע קינדער… נו פאטער! ברכות פון אידישע קינדער… דארפסטו דאס נישט?”

פאלט אים ענדליך איין צו נעמען דאס צווייטע בענדל, צובינדן צום ערשטן, און געלויבט גאט וואס ס’איז געלונגען. ער האט גארנישט פארשטאנען ווי ס’איז אים ביז יעצט נישט איינגעפאלן. שטייענדיג ארומגענומען אינעם פריש-געמאכטן גארטל, האט זיך געצל אנגעהויבן ווארעם שאקלען און גענומען מורמלען א לשם-יחוד. דאס טעוועלע מיט דער ברכה אויף דעם האט דוקא נישט געהאט קיין לשם-יחוד, אבער אז געצל גייט ראטעווען כבוד-שמים וועט ער דאך דעם לשם-יחוד נישט דורכלאזן. האלב פונעם לשם-יחוד האט ער גענומען פון ברוך שאמר, אן אנדער העלפט פון ספירת העומר, נאר די ווערטער “שאור שבעיסה” האט ער ווי עס איז געדענקט פון ערגעץ אנדערש. דעם “כל-חמירא” האט ער אויך שנעל אריינגעשטעלט, וויבאלד חמץ איז דאך מרמז אויפ’ן שטן און דאס איז דאך די גאנצע כוונה זיינע. געקומען שוין צו מאכן די ברכה, האט זיך געצל פארמאכט די אויגן און אנגעהויבן לאנגזאם דאס ערשטע ווארט מיט דער גרעסטער כוונה.

“נו ר’ איד!” הערט ער מיטאמאל א שריי פון הינטן. געצל פארגעסט זיך א רגע און דרייט זיך אויס, “דער בוים איז דאך ליידיג” נעמט יענער שרייען, “נישטא נאך קיין טראפ בלומעלעך אויף דעם. מ’קען קיין ברכה נישט מאכן”. געציל שטייט ארומגענומען אין די שיך-בענדלעך, מיט אזוי-אויך צעריסענע שיך אנע בענדלעך. דער איד שטייט און באטראכט אים פון קאפ ביז פיס און וואונדערט זיך וואס א בריה דאס דארף צו זיין. געצל קוקט אים צוריק אין פנים מיט פארריסענע אויגן, זיכער ביי זיך אז דאס מוז זיין דער שטן אליין. ער וויל יענעם דערלאנגען א שפיי, נאר א ספק נעמט אים אן, אפשר איז יענער סתם א איד. א דערשראקענער און צעמישטער גיט ער זיך א גליטש אוועק און ווערט נעלם נאך פאר וואס ווען. דאס פנים האט אים געפלאמט פון בושה און כעס, צו זיך האט ער געשוואוירן נישט אויפצוגעבן דעם קאמף, נאר כאטש דערווייל האט געצל דערזען אז בייצוקומען דעם טייוול איז נישט פון די לייכטע זאכן…

צואוואס זאלן מיר אייך לאזן מיט א ביטערן טעם אין מויל און נישט דערציילן די גוטע ענדע? דער סוף איז געווען אז ס’האט נישט געשנייט, ס’איז גאר ווארעם געווען און ביי געצל’ען איז געווען ליכטיג אויפ’ן הארץ. דער פרילינג איז געקומען, די ביימער האבן אנגעהויבן אויספיקעווען זיך, די זון צעלאזט א טוץ שטראלן און מאמע ערד האט די קליידער איבערגעביטן פון ווייסן צום גרינעם. אפנים גאט האט זיך מרחם געווען, האט צוגעזען די השתדלות פון געצל’ען, האט ער אליין צוגעשטעלט א האנט און געפירט זיך זיין וועלטל אין איינקלאנג מיט דער תורה. זאל אונז אלע תמיד זיין נאר גוט, און מיר זאלן מוצא חן זיין ביי מענטשן און גאט. אמן.

*