די חרדישע געזעלשאפט גייט דורך א קריזיס. זאכן אנטוויקלען זיך, בייטן זיך, און אלץ פליט אן קיין חשבון, אן קיין קאנטראל. מען כאפט זיך אפשר נישט, ווייל מיר געפינען זיך דערינען. מיר פילן נישט אז אלץ וואקלט זיך, צוליב דער זעלבער סיבה פארוואס מיר שפירן נישט דעם שוואונג פון דער ערד’ס נאכאנאנדן געלויף. דער צענטער פון שטורעם ווייסט קיינמאל נישט אז ארום אים בושעוועט, רייסט, שלעפט, ווארפט.
פארשידענע מענטשן געבן דעם מצב אנדערע נעמען; אבער ס’איז אלץ די זעלבע כלה, נאר אנדערש געשלייערט. עסקנים און רבנים רעדן וועגן אן “אינטערנעט פראבלעם”; אויפגעקלערטע, אנטלאפענע, און באהאלטענע שרייבן וועגן זיך ארויסרייסן פון א לעבן אונטער דרוק און צוואנג. ביידע רעדן אבער א שפראך וואס איז ביז צוויי-דריי יאר צוריק דער חרדישער קהילה געווען פרעמד.
און אלע זענען באמת גערעכט. אבער נישט דאס בין איך אויסן. איך מיין, אז ס’איז פאראן א קריטישע נקודה וואס ווערט פארזען. און דאס איז: פערספעקטיוו, קאנטעקסט. מיר, אין דער פרומער וועלט, זעען בלויז דאס וואס געשעט אין און מיט אונז. איך מיין אז מיר כאפן נישט אז די ווינטן וואס מיר פילן, זענען טייל פון א קאלאסאלן, אלוועלטליכן (און אפשר אפילו קאסמישן) שטורעם. אויף דער וועלט איז אין די לעצטע פּאר יאר אנגעפאלן א פאר-אונזער-דור פרעמדער מצב פון דרוק, אנגסט, צעמישעניש, און אפילו פארצווייפלונג. מענטש און מענטשהייט ווערט אלץ מער צערייצט. די לופט איז פאר’סמ’ט מיט האס און קעגנזייטיגן אומצוטרוי מצד גרופעס און לענדער — און צווישן זיך אליין.
די וועלט בייט זיך ממש מיט יעדע פּאר פארבייגייענדע חדשים. דער טעמפא און פארנעם איז שנעלער און דראסטישער ווי אונזער מוח איז בכוח אניאגן און אויפכאפן. די וועלט בייט זיך, די מענטשן טוישן זיך; אפילו די נאטור איז אומרואיג, צע’ברוגז’ט, צעמישט… די אישוס און אופן מיט וואס און וויאזוי הערשערס און שטאטסמענער געבן זיך אפ מיט די צייט-פראבלעמען זענען אזוי מאדנע, אז עס פילט זיך ווי אין א צעשטופטן, אומבאקוועמען טעאטער קוקנדיג א פסיכאדעליש-מאטיווירטע טראגיקאמעדיע.
עס זעט זיך זייער בולט און קלאר אן, אז די וועלט האלט אינמיטן א קריזיס. איך ווייס נישט אין וואס דער קריזיס באשטייט, וואס טרייבט אים, וואוהין, וויאזוי, און וואס דער ציל איז. ס’איז אבער זייער קלאר אז די וועלט וועט אין קומענדיגן יארצענדליג אויסזען גאר, גאר אנדערש ווי יעצט. עפעס א נורא’דיגער חידוש האלט אינמיטן געבוירן ווערן. עפעס א קאסמישע מחשבה האלט אינמיטן זיך אויסטראכטן…
כמעט יעדער טויש, יעדער ריר וואס מאכט זיך אין דער וועלט, איז נעגאטיוו, ווילד, צו לינקס-צו. וואס מער די וועלט צעפלאנטערט זיך אין פראבלעמען, אלץ גרעסער די געפאר; אלץ שווערער ארויסצוקריכן. עס באקומט זיך, אז רוב-רובם טעטיגקייטן וואס מענטשן און לענדער טוען, ווערט געטריבן פון עפעס נעגאטיוו. דאס איז ווי א שניי-קייקל אויף א מסוכן-משופע’דיגן בארג אן קיין סוף.
אלץ איז אזוי מאדנע סתירהדיג. פון איין זייט איז קיינמאל פריער נישט געווען אזא שפע ווי היינט. די וועלט איז אזוי רייך און קלוג, און פארמאגט אלץ וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן. פון דער אנדערער זייט, שטארבט מען פאר הונגער און מען רייסט זיך, מען הרג’עט זיך, און מען וויל זיך לעבעדיגערהייט אויפעסן איינער דעם צווייטן.
אלץ שאקלט, וואקלט זיך. די ציטערנישן וואס טרייסלען אונזער פונדאמענט קומען אבער פון דעם זעלבן ווילדן ווינט וואס בושעוועט איבעראל אויף דער וועלט – אייגנטליך, אינדרויסן פון דער וועלט. דער גאנצער פלאנעט טרייסלט זיך פון א צפון-ווינט וואס האט זיך אנגעטראגן פון ערגעץ-וואו ווייט אין אומענדליכן חלל.
ס’איז נישט אונז. ס’איז נישט דאס לאנד. ס’איז נישט “ווי ס’גוי’אישט זיך אזוי אידישט זיך.” ס’איז סך טיפער, מער יסודות’דיג, מער ארומנעמיג. ס’איז די וועלט וואס בייט זיך, גרייט זיך אריינצוגיין אין דער קומענדיגער שטופע פון עקזיסטענץ. פאר עס ווערט סדר אין דער בריאה, הערשט תוהו-ובוהו, כאאס, חושך. דערנאך קומט ליכט, ענערגיע, און פון דעם פּיקט זיך אויס א שיינע בריאה.
ס’איז געווען א טעכנאלאגיע-בראשית. ס’איז באשאפן געווארן א “הימל”, א הינטערשלאג, א “רקע”, אויף וועלכן עס גייט זיך אנטוויקלען א נייער באגריף פון בריאה און עקזיסטענץ. יעצט האלט אינמיטן ווערן תוהו-ובוהו, הפקרות, כאאס, ווילדקייט, אומזין. מיר שפאנען אין יענער ריכטונג מיט טריט פון ריזן, “בני אלוקים”. נאך אביסל וועט די סטרוקטור זיין אין חורבות. אבער נישט אויף לאנג. עס וועט נאך ערגער ווערן. אבער דערנאך וועט ווערן גוט.
ווען איך האב אלץ קינד זיך תמימות’דיג געשאקלט אויף די ווערטער אנהייב בראשית, האב איך מיט יענער ריינער נאאיוויטעט זיך פארגעשטעלט די אנטוויקלונג פונעם באשאף. כ’האב זיך נישט געקענט פארשטעלן א מצב פון אייגנטליך לעבן אין און אבסערווירן תוהו-ובוהו און חושך צושטאנד-קומען פאר די אויגן – וועלכע קוקן ארויף ווייט אוועק אין א שטומער תפילה: “ויאמר אלוקים,” זאגזשע שוין, גאט, “יהי אור,” ס’זאל ווערן ליכטיג…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.