די זון האט פארבויגן די קערפער צו מערב, די רויטע וואלקן איבער די הימלען האבן אנגעזאגט דאס קומען פונעם יום-טוב. אין די אידישע שטובער האבן די ווייבער געצונדן ליכט, די מענער האבן זיך געגרייט ארויסצוגיין אין שול. נאר נישט אזוי שנעל וועט דער יום-טוב קומען, גאר נישט איילן זיך. ביי אונז אינעם חומש איז געשריבן “תמימות”, דארף מען דאך זיכער מאכן אז ס’זאל קיין ברעקעלע נישט פארפאלן ווערן. ווארטן דעריבער אידן אין די שולן, די זון איז שוין לאנג געלאפן פאראויס אויפצולייכטן דעם טאג אין אנדערע לענדער, איבערלאזנדיג ניו יארק פאר דער מלוכה פון א האלבער לבנה, אבער אזעלכע זאכן וועלן אפשר נאר דערשרעקן די יעקעס. נישט די חסידים. ביי חסידים אז ס’שטייט “תמימות”, דארף זיין אזוי פעפערדיג שווארץ אז אפילו די שלעכטע מלאכים זאלן מודה זיין אז ס’איז שוין נאכט.
און אז ס’ווערט שוין נאכט, ווייסן אויך נאר די חסידים ווי מקבל צו זיין די תורה. “אי לאו האי יומא… ס’הייסט, ווען נישט היינטיגער שבועות-נאכט, קלערט צו זיך בערל דער שמש, איי וויפיל בערלען וואלטן דעמאלט אויף דער גאס געווען. כ’וואלט אפשר געארבעט נישט ווייניגער שווער ווי איך ארבעט היינט, נאר פאר וועמען וואלט איך געארבעט? דעמאלט וואלט איך געארבעט פאר סתם אבי וועמען, אפשר גערוימט מיסט אין די קרעטשמעס, אבער היינט בין איך דאך דער שמש אין דער הופאקריווטשער שול, בין איך דאך זוכה צו באדינען דעם רבי’ן, און אזוי ווייטער”.
נו מילא וואס טויג אונז רעדן וועגן פשוט’ע אידן? דער עיקר איז וואס ס’טוט זיך ביי די גרויסע אידן, די תלמידי חכמים, די וועלכע האבן אין זייער לעבן טאקע גאר קיין זאך אויסער די תורה. אז מ’קומט אהיים נאכ’ן דאווענען צו דער סעודה, הערשט דעמאלט ווערט ביי זיי ליכטיג. יעדער יום-טוב האט זיך זיינע ענינים וואס ווערן דורכגעשמועסט, און זאל נאר אן עם-הארץ אריינקומען אינמיטן אזעלכע שמועסן וואלט ער פארברענגט געווארן פונעם לומדישן פייער, ער וואלט זיך דאס פלאץ נישט געטראפן צווישן די ריזן. קומט למשל פסח איז עס דער אבני-נזר וואס פארנעמט דעם גאנצן משא ומתן. מ’קייעט די מצות אמאל און נאכאמאל, פאר די שולחן עורך און נאך דעם, יעדעס מאל מיט דער זעלבער הלכה’שער אנגעצויגנקייט, און מ’קריגט זיך כסדר צי מ’האט יא געמאכט דעם אבני-נזר צי נישט. מ’ווארפט תוספות’ן, מ’דינגט זיך איבער ר’ עקיבא’ס שיטה, און די ווייבער נעבעך, וואס טוען זיי דערווייל? זיי רעדן וועגן קליידער. אויף דעם זאגן מיר דאך “שלא עשני אשה”… דא גייט א פייער און ביי זיי איז ווייניג צו פיסקעווען איבער הבלים.
קומט חנוכה איז עס דאס זעלבע געשעפט. בעת די מענער זענען פארנומען מיט “כבתה זקוק לה, אינו זקוק לה”, באוואונדערן די ווייבער די פאנטשיקעס, און מענין לענין, פון לאטקעס צו כרעמזלעך באותו ענין, צעגייען זיך ווידער די טענער איבער די קליידער פון רעכל’ען און די שיך פון קנעכל’ען. זאג איך דאך, אז זאל נאר אן עם-הארץ אריינקומען אינמיטן די מענערישע שמועסן וואלט ער זיך די הענט און פיס נישט געטראפן. דעם בית יוסף’ס קשיא וואלט אים ווייניג געווען קעגן דער גאנצער רשימה שיטות און פוסקים, און אויב דער קאפ וואלט ביי אים געבליבן אויפ’ן נארמאלן פלאץ וואלט ער געדארפט גאט אפגעבן א קרבן תודה.
פארשטייט איר שוין אליין אז שבועות איז נישט אנדערש. וועגן רות, נעמי און בועז, אדער וועגן מילכיגע קרעפלעך, וועט מען לאזן די עמי-הארצים רעדן, די לומדים וועלן זיך מיט אזעלכע נארישקייטן נישט באפאסן. דאכט זיך אז וועגן רות לערנען אפילו די קליינע קינדער אין חדר. ביי די לומדים רייסט מען אויס בערג און מ’צעמאלט זיי איינער אינעם אנדערן. צוערשט דארף מען צורעכט מאכן וואס ר’ יוסף האט געזאגט “אי לאו האי יומא”. ווי קומט דאס אז ר’ יוסף, דער גרויסער עניו, זאל זאגן אזעלכע ווערטער? דערנאך פארשטייען מיר דאך אוודאי וואס ר’ יוסף מיינט וויבאלד ס’איז אונז אלע נוגע, מיר אלע דארפן דעם באשעפער אזוי לויבן, און ווער נאך ווי די לומדים פארשטייען דאס? דאס איז אבער נאך ווייניג. דער עיקר דארף מען פארשטיין ווי “זמן מתן תורתנו” באקומט זיך לויט דער דעה אז בז’ ניתנה תורה. אז איר ווייסט נישט וועגן דעם מגן-אברהם, האט איר א פנים ווי יענער וואס האט חנוכה נישט געוואוסט וועגן דעם בית יוסף’ס קשיא. גענוג א בושה?
פארצייטנס, דאס הייסט פאר א יאר דריי טויזנט, אז ס’איז געקומען שבועות, האבן די ביימער אין ארץ ישראל גענומען בליען, די פלאנצן האבן גענומען ווארפן קאלירן און די בערג זענען איינגעהילט געווארן אין גרינעם. אידן האבן זיך געלאזט מיט פרישע קערבלעך אויף די פלייצעס, שפאנענדיג צום אידישן צענטער אין ירושלים מיט די ביכורים. וועגן א יום-טוב פון מתן תורה האט מען דעמאלט מסתמא נישט געוואוסט. מ’קען זאגן א רחמנות געווען אויף גאט אין יענע יארן. ווי האט א יום-טוב שוין אויסגעזען אין אזעלכע ערדישע צייטן? ווען א שבועות האט זיך געפראוועט מיט פרוכטן אנשטאט מיט לומדות? מיט ביימער און קלעצער, הימל און ערד, אנשטאט מיט עפעס ממשות’דיג? א גליק איז דעם למדן וואס צייט שטייט נישט. אויף דעם זאגט מען דאך “בריך דיהבך לן ולא יהבך לעפרא”, מאכט רש”י “חבל על דאבדין ולא משתכחין”…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.