דער יום-טוב פון ל”ג בעומר איז א חידוש. ווי א רעלאטיוו נייער יום-טוב, גארנישט א טייל פון דער לאנגער טראדיציע, האט זיך עס צוערשט אנגעהויבן ווי א לאקאלע פייערונג אין מירון און צום סוף איבערגעקומען אין דער גאנצער וועלט, מיטשלעפנדיג א הייליגן ווינט אויף דער גאנצער דיאספארע, ווי אין דער משנה שטייט „עד שנעשה כל הגולה כמדורת אש‟. ווי אזא, פונעם פאלקס הארץ ארויס, האט זיך דער יום-טוב אנטוויקלט אויף א זייער אייגנארטיגן אופן.
כאראקטעריסטיש צום יום-טוב איז א מוזיק וואו די קלארינעט שטארט ארויס, די טאנצערייען אויף דער גאס ארום א גרויסן פייער, און א גרויסער עולם וואס פייערט זיך איבער די ל”ג בעומר לידער, וועלכע זענען פריש איבערגעקומען פון מירון. דער מוזיקאלישער טאן, דער אופן ווי די פיוטים זענען ארגאניזירט, ווי אויך די עקסטאזע מיט וואס געוויסע שטיקלעך ווערן איבערגעשריגן אמאל און נאכאמאל — „אשריכם ישראל, אשריכם ישראל‟ למשל, דערמאנען אלע זייער אין די אראבישע פעסטיוואלן אין די ארץ-ישראל’דיגע דערפלעך. אויב חנוכה איז א טראדיציאנעלער יום-טוב, מיט פאלקסלידער וואס דערמאנען די דייטשע נאטן אדער די קריסטליכע בשורה-מוזיק, איז ל”ג בעומר פונקט דאס פארקערטע. א נייער יום-טוב, ווייניגסטנס אין חוץ-לארץ, וואס שפיגלט אפ דעם נייעם שייכות וואס דאס אידישע פאלק האט געשאפן מיטן מזרח.
אבזערווירנדיג די אנטוויקלונגען פון געשיכטע, לאזט זיך אפט דאכטן ווי געשיכטע וואלט געוואוסט וואוהין זי שפאנט, און וואלט זיך גאר ארויפגעשארט די ארבל אין ערווארטונג פאר’ן באשטימטן עתיד. געווענליך איז פאראן א לאגיק הינטער דעם געפיל, וויבאלד קיין זאך געשעט דאך נישט פלוצלונג, מוז ממילא זיין אז „געשיכטע‟ האט במשך א לענגערע צייט זיך געגרייט צו דעם אדער יענעם געשעעניש, שפאנענדיג אלץ נענטער אהין, כאטש וואס בשעת מעשה האט מען עס נישט געקענט פאראויסזען. לויטן רמב”ם איז דאס אין טייל דער כח פונעם נביא, צו קענען אריינקריכן אין דער לאגיק פון אנטוויקלונגען נאך איידער זיי דערשיינען, וויבאלד געשיכטע פאלגט נאך באשטימטע נאטור געזעצן, וועלכע זענען טעארעטיש מעגליך פאראויסצוזען.
איך זאג עס כלפי דעם דערמאנטן חידוש. די רעליגיעזע עקסטאזע פון חסידות וואס איז אויסגעוואקסן אויף די קאַרפּאַטן אינעם אכצנטן יאר-הונדערט, באגלייט אין פשוט’ער לעבנס ליבשאפט, פאלקסטימליכקייט און מיסטיציזם, האט נאטירליך געטראפן א גוטן ברודער אינעם ספרד’ישן טיפ, ווען די צוויי גרופעס האבן זיך באגעגנט אין דעם ארץ-ישראל’דיגן קיבוץ גלויות. די חסידים האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דער ספרדישער זארגלאזיגקייט און געזען אין זייער רעליגיעזן התלהבות אן אפשפיגלונג פונעם אייגענעם הארץ. די ספרדים, פון זייער זייט, האבן זיך גענומען זוכן אויסדרוק אין פארעם פון חסידות. אט די סימביאזיע קומט, דאכט זיך, צום קלימאקס אינעם פארעם פון דעם ברעסלעווער געמיש, וואו אשכנזישע חסידים לאזן צום אויסדרוק זייער אריגינעלן פייער אין א נייעם מאנטל, און אפגעברענטע פנימ’לעך דאווענען מיט שטריימלעך, בעת דער אראבישער „ח‟ און „ע‟ שרייען אויס הויך פון וואו „דער חסיד‟ ציט זיין התלהבות. וואס וואלט דער בעש”ט געזאגט צו אזא אנטוויקלונג?
א חסיד’ישע פאלקס-מעשה דערציילט אז דער בעש”ט האט זייער געוואלט זיך טרעפן מיטן אור-החיים, א ספרד’ישער חכם אין ארץ-ישראל, וועלכער האט געלעבט אין יענער צייט. דער בעש”ט האט אין אים געזען אן אייגענעם פייער, און געגלייבט, אז אינאיינעם וועלן זיי קענען ברענגען די גאולה. אין זיינע פרואוון צו טרעפן זיך מיטן אור החיים האט דער שטן זיך שטארק פארלייגט אז ס’זאל דער פלאן נישט קענען צושטאנד קומען און האט אנגעמאכט שווערע שטורמען אויפ’ן ים, שטעלנדיג אין סכנה די גאנצע שיף, מיט וועלכער דער בעש”ט איז געפארן. אין די מלחמות מיטן שטן האט דער בעש”ט פארגעסן די גאנצע תורה וואס ער האט געלערנט און איז געווען אין א ממשות’דיגער סכנה צו פארלירן ביידע וועלטן, ווען נישט וואס די טאכטער זיינע, אדל, האט אים אנגעהויבן זאגן דעם אלף-בית און מיט דעם דערוועקט זיינע כוחות. די מעשה האט פארשידענע גירסאות און פארשידענע טיילן, און ס’זענען אויך פאראן גאנץ אנדערע מעשה’ס, וועלכע באשעפטיגן זיך מיט דער זעלבער טעמע — די פרואוון פונעם בעש”ט צו טרעפן זיך מיטן אור החיים, נאר דער עיקר איז דער אויספיר וואס דער בעש”ט האט קיינמאל נישט געקענט זיך טרעפן מיטן אור החיים.
די מעשה איז פארשטייט זיך אן אפשפיגלונג פון דעם וואס דאס חסידישע הארץ האט תמיד געפילט צו די ספרדים, באזונדערס צו אזא פיגור ווי דער אור-החיים, וועלכער האט געשריבן זיין ספר אין זייער אן ענליכן שטייגער צו די חסידישע רבי’ס, נוצנדיג קבלה און מוסר אלץ פשט פאר’ן פסוק. דער בן-איש-חי, דער פאלקס-רב פון באגדאד, באקאנט מיט זיין ווייכן צוגאנג צום פשוט’ן המון, האט אליין געפילט א שטארקע משיכה צו חסידות און ער האט די ספרים פון חסידישע רבי’ס געלערנט. אגב איז דער בן-איש-חי דער מחבר פונעם ל”ג בעומר ליד „ואמרתם כה לחי‟. לאזט זיך דעריבער די דערמאנטע פאלקס-מעשה אויסטייטשן ווי די „נבואה‟ פון געשיכטע, דאס געפיל פונעם ‘עמך’ איבער אזא מין פרואוו זיך צו פאראייניגן. דער בעש”ט פרואווט צו שאפן א בריק וואס זאל צוזאמענברענגען די צוויי אידישע מחנות, אונטערן שירעם פון איין גאט און אויפ’ן סמך פון נאטירליכער ברידערשאפט, נאר אזא מין פראיעקט האט געדארפט די ריכטיגע אומשטענדן צו לאזן זיך אויספירן.
דער חת”ם סופר איז קעגן דעם וואס מ’מאכט ל”ג בעומר פאר א יום-טוב. „מ’קען נישט מאכן א יום-טוב וואס ס’איז אין דעם נישט געשען קיין נס, און ס’ווערט נישט דערמאנט אין דער גמרא אדער אין די פוסקים‟, זאגט דער חת”ם סופר אין א תשובה צו ר’ אפרים זלמן מרגליות (יו”ד סימן רלג), כאראקטעריסטיש צו דעם צוגאנג פון אשכנז’ישע גדולים אין דער צייט. חסידים האבן אבער מיט טראדיציע איבערגעבראכן אביסל, און האבן דערלויבט די רעליגיעזע נשמה צו לויפן פריי. כאטש וואס צום ווייטאג האט די חסידישע רעליגיעזיטעט גענומען זיך גוסס’ן ווען מוסדות און פארענטשעס האבן זי פארגליווערט, און א פארמעסט נאך פאפולאריטעט האט פארנומען דאס פלאץ פון פשוט’ער, מונטערער רעליגיעזיטעט, דאך האבן די פונקען געלאזט זיך פריי לויפן אין די אויבנדערמאנטע פארמען, באזונדערס אין דעם וואס ל”ג בעומר איז געווארן א יום-טוב פאר’ן גאנצן כלל פונעם אידנטום, פאר וועלכן איך גלייב אז ס’איז דעם חסידות צו פארדאנקען.
אליין בין איך בסך-הכל איינמאל געווען אין מירון אינעם טאג פון ל”ג בעומר, האבנדיג אן איבערלעבעניש וואס איך גלייב אז יעדער איד מוז כאטש אמאל זען. די גרעניצן צווישן די פארשידענע אידישע סעקטעס, השקפות, אדער סיי וואס א דיפערענצן, ווערן דארט ווי צעוואסערט. דער סלאגאן „ר’ שמעון לכל‟ (ר’ שמעון איז נאנט צו אלעמען), ווערט דארט דערקענט אינעם למעשה’דיגן זין. היינט, אז איך זיץ מיר אין אויסלאנד און הער ווי ס’רוישט די גאס מיט ל”ג בעומר מוזיק דערוועקט זיך אין מיר א בענקשאפט ביז ווייטאג, ווי שטורמישע געפילן צום הייליגן לאנד, וועלכע לאזן זיך נישט דערשטיקן. א וואונדער ווי דער יום-טוב האט אנטוויקלט אן אייגענעם ספיריט, נישט געקוקט אויף דער יונגער עלטער זיינעם. אויב איז עס טאקע צו פארדאנקען חסידות, איז עס דער חלום פונעם בעש”ט וועלכער איז פארווירקליכט געווארן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.