„איר ווערט געפלאגט פון קאפווייטאג? איר זענט נישט בכוח צו פאָקוסירן זיך אויף די סאמע עלעמענטארע אויפגאבן אין לעבן? מאכט א סוף צו די צרות! פרואווט אונזער אויסגעפרואווטן מעדיצין, רעקאמענדירט דורך אלע ספעציאליסטן. אט איז אן אמת’ע עדות’שאפט — איינס פון הונדערטער פון איבער’ן גאנצן לאנד: ׳איך האב זיך געפילט מאכטלאז צו די קאפווייטאגן. זיי האבן מיך געפייניגט, און נישט געלאזט אויספירן די פשוט’סטע פונקציעס אין לעבן. די צרות האבן זיך געענדיגט ווען א באקאנטע האט מיר דערציילט וועגן דעם מעדיצין. קיין זכר פון קאפווייטאגן. פארשוואונדן, ווי קיינמאל געווען!׳‟
עפעס אזא ראדיא-רעקלאמע האבן מיינע אויערן אויפגעכאפט, לאנגוויילנדיג זיך ביים דאקטאר אין ווארטזאל.
נו, איך לייד דאך שוין לאנג פון שרעקליכע קאפ-שמערצן. די רפואות וואס זענען מיר רעקאמענדירט געווארן ביז אהער, האבן געהאלפן ווי א טויטן באנקעס. און דא — אזא אומגעראכטענע ישועה! ס’טייטש, אט זאגט דאך די רעקלאמע בפירוש קלארע דיבורים, אז אלע דאקטוירים רעקאמענדירן דעם מעדיצין. דערצו האבן מיר אן עדות’שאפט פון א לעבעדיגן מענטש. וואס נאך איז שייך צו פארלאנגען?
אין מיין התלהבות האב איך נישט אויפגעכאפט די לעצטע ווערטער, וואס זענען ווי אריינגעכאפט געווארן אין די לעצטע צען סעקונדן מיט א חפזון וואס האט געשטעלט יציאת מצריים אין שאטן: „זייטן-ווירקונגען נעמען-אריין: מידקייט, פארשטייפטע מוסקולען, שלשול, א מעגליכקייט פאר הויכער היץ, דרוק אין בריסטקאסטן, איבל, שווינדל, און — קאפווייטאג.‟
פארשטייט איר שוין אליין דעם המשך פון דער געשיכטע. באגלייט פון א פייערדיגן „שהכל‟, האב איך איינגענומען צוויי טאבלעטן. די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען. ביז א צוואנציג מינוט זענען מיר אנגעפאלן אזעלכע שמערצן, אז ס’האט זיך מיר געוואלט האקן דעם קאפ אין א שטיינערנער וואנט ביז כלות הנפש.
מלא חמה בין איך אראפגעפלויגן צום געשעפט, וואו כ’האב דעם וואונדער-מעדיצין געקויפט. נאך דעם וואס איך האב פארענדיגט מיין כעס’יגן מענה לשון, האט דער פארמאציסט א רואיגער מיר דעם פלעשל אונטערגעטראגן צו די אויגן, און ווי א מלמד דרדקי געקנעלט מיט מיר די קליינינקע אותיות: „קאפווייטאג. דא שטייט קלאר,‟ האט ער מיר דערקלערט, קוקנדיג ווילד-פאר’חידוש’ט אויף מיין פארפלאמט פנים, „אז קאפווייטאג איז איינע פון די מעגליכע ‘סייד אפעקטן’ וואס דער מעדיצין איז עלול צו ברענגען. וואס האט איר טענות?‟
נו, בין איך טאקע אליין שולדיג. ס’טייטש, שטייט דאך קלאר. וואס איז שייך צו זאגן?
ווי א צוגאב אין דער זייט, האט די קאפווייטאג מיטגעשלעפט א שוועסטער זייטן-ווירקונג, שלשול. (א זעלטענער גאסט ביי מיר אין די קישקעס. א חידוש פון מעדיצינישער טעכנאלאגיע!) דערפאר האט דער פארמאציסט רעקאמענדירט א געוויסן „קאמפאקטן‟, דריי-אין-איינעם מעדיצין, וואס וועט פארהאלטן דעם געדערם-געלויף און לינדערן די קאפ-שמערצן אויפאמאל. (און דאס שוין אויסער דער דאזע וויטאמין וואס קומט מיט יעדן טאבלעט.) „איין חסרון נאר,‟ האט ער מיר געזאגט, פארפאקנדיג דעם שאכטל אין א שמאלן פאפירנעם זעקל. „דער מעדיצין איז עלול צו פירן צו דעפרעסיע. קליינע שאנסן; כמעט נול. ס’איז אבער כדאי איר זאלט דערפון וויסן.‟
כ’גלייב נישט, אז איר זענט אין דער גיסטע צו הערן דעם אויסגאנג פון יענעם רעקאמענדירטן מעדיצין, וואס האט מיך, בנוסף פון פארטיפן די אונטערגעקומענע דעפרעסיע אויך צוגעגעבן שארפע סימפטאמען פון „סכיצאפרעניע‟, וועלכן דער דאקטאר האט באהאנדלט מיט א פליסיגקייט מיט א מעגליכער זייטן-ווירקונג פון א נויגונג צו זעלבסמארד.
צווישן איין זעלבסמארד פרואוו און דעם אנדערן, האב איך באוויזן צו באזוכן א שלל פון קרענק און מיחושים, וועלכע זענען זארגפעליג באהאנדלט געווארן דורך מעדיצינען פון אלערליי פארבן, פארמען, מאסן, און זייטן-ווירקונגען.
ווען כ’האב זיך געפילט ווי אן אפגעדינט לאבאראטאריע מייזל, האט גאט זיך דערבארעמט און מיר אונטערגעשיקט א היילמיטל, וועמענס איינציגע זייטן-ווירקונג איז געווען דער היימליכער קאפ-שמערצן. ברוך השם דערפאר.
איך האב איינגענומען די טאבלעטן, געמאכט א שהחיינו אויף דעם נאכפאלגנדן קאפ-ווייטאג, און זיך צוריק אריינגעזעצט ביים דאקטאר אין ווארטזאל, וואו איך האב זיך צוגעהערט צו כל’ערליי אנאנסן וועגן כל-מיני מעדיקאמענטן, וואס זענען ביכולת צו פארטרייבן יעדן מיחוש וואס נאר פאראן.
נו, אבי געזונט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.