הערט ווי שמערקע קאַטשערגינסקי רעדט אין מאָנטרעאַל. מײַ 1953:
פֿאַראַכטאָגן איז אויסגעפֿאַלן 61 יאָר זינט דער פּטירה פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי ז׳׳ל אין אַן עראָפּלאַן־קראָך אין אַרגענטינע. ווי אַ קינד, בין איך געווען ממש פֿאַרכאַפּט מיט די לידער פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי, דער ווילנער פּאָעט, פּאַרטיזאַנער און עטנאָמוזיקאָלאָג, וואָס האָט נאָך דער מלחמה געזאַמלט די לידער, וואָס מע האָט געזונגען אין די געטאָס און לאַגערן איבער גאַנץ אייראָפּע.
ווי אַזוי קומט עס, פֿרעגט איר מסתּמא, אַז אַ קליין קינד אין פֿילאַדלעפֿיע אין די 1990ער יאָרן זאָל וויסן פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי און זײַן ראָלע ווי אַ קולטור־טרעגער און פּאַרטיזאַנער אין דער ווילנער געטאָ? אויף איין פֿוס: צו אַכט יאָר האָט מען מיך אַרײַנגענומען אין אַ יוגנט־כאָר, וואָס האָט געזונגען אויף אַ חורבן־הזכּרה. צווישן די ייִדישע לידער האָט מען געזונגען קאַטשערגינסקיס „יוגנט־הימען‟ און מע האָט מיך געבעטן צו זינגען סאָלאָ. וואָכן לאַנג האָב איך דאָס ליד רעפּעטירט בײַ זיך אין דער היים מיטן טאַטן, ווײַל לויט מײַן קינדערישן שׂכל האָב איך געמיינט, אַז אַפֿילו דער קלענסטער טעות בײַם זינגען וואָלט געקענט חרובֿ מאַכן די גאַנצע צערעמאָניע (דאָס וואָס די חזכּרה איז געווען אַ צערעמאָניע פֿון כּמעט 3 שעה און דאָס ליד איז געווען נאָר אַ קליינטשיקער טייל דערפֿון, איז מיר ניט אײַנגעפֿאַלן).
ניט אומזיסט בין איך געווען נערוועז וועגן מײַן אויפֿטריט. איך האָב געוווּסט, אַז צו דער צערעמאָניע קומען אַ סך ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וועמען מע האָט בכלל ניט געזען בײַ אונדז אין דער „פֿילאַדעלפֿיער פֿאָלקסשול‟ אויף קיין אַנדערע אונטערנעמונגען, אַפֿילו ניט אויף יום־כּיפּור. צו אַכט יאָר האָב איך שוין געהאַט אַ ריזיקן דרך־ארץ פֿאַר די שארית־הפּליטה ייִדן, און איך האָב ניט געוואָלט שטערן זייער וויכטיקן טאָג מיט אַן אומפּערפֿעקטן אויפֿטריט. און דאָס איז געווען ממש אַ צרה ווײַל קיין ייִדיש האָב איך ניט געקענט, און זינגען האָב איך אויך ניט גוט געקענט.
נו, ווי אַזוי איז געגאַנגען מײַן נוסח פֿונעם „יוגנט־הימען‟? איך ווייס באמת ניט. איך געדענק נאָר, אַז אַן אַלטע פֿרוי אין דער ערשטער ריי האָט געחלשט במשך פֿון מײַן זינגען און איך האָב דאָס אויסגעטײַטשט אויף מײַן אופֿן, אַז עפּעס אַ טעות מײַנער האָט זי דערהרגעט! ווי עס האָט מיר שפּעטער דערקלערט איר מאַן, איז זי אַליין געווען אין ווילנער־געטאָ און איר ברודער, וואָס האָט ניט איבערגעלעבט די מלחמה, האָט געזונגען דאָס זעלביקע ליד אין אַ דאָרטיקן יוגנט־כאָר אַ ביסל פֿאַר זײַן טויט. דאָס הערן קינדער זינגען דעם זעלביקן הימען איז פֿאַר איר געווען צו עמאָציאָנעל צו פֿאַרטראָגן, און זי האָט געחלשט און איז אַרויסגעפֿאַלן פֿון איר בענקל.
צוליב דעם אינצידענט האָב איך באַשלאָסן קיינמאָל מער ניט זינגען פֿאַר אַן עולם. דער אינצידענט האָט אָבער יאָ אויפֿגעוועקט מײַן אינטערעס צו שמערקע קאַטשערגינסקי, וואָס איז געוואָרן ממש אַן אָבסעסיע. צו יענער צײַט איז ניט געווען צוטריטלעך קיין שום אינפֿאָרמאַציע וועגן אים אויף ענגליש; און ייִדיש, ווי געזאָגט, האָב איך ניט געקענט. האָב איך צום ערשט זיך דערוווּסט מער פּרטים וועגן אים, אַ דאַנק דער לערערין אין דער „פֿאָלקסשול‟.
יאָרן שפּעטער, נאָך דעם וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט ייִדיש און אַדורכגעלייענט קאַטשערגינסקיס ריזיקע ביכער־זכרונות, און בין אַליין געפֿאָרן קיין ווילנע און זיך באַקענט מיט מענטשן, וואָס האָבן אים פּערזענלעך גוט געקענט, האָב איך אָנגעהויבן צו אַרבעטן בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. דאָרטן האָב איך אָנגעפֿירט מיט אַ פּראָיעקט צו דיגיטאַליזירן דעם קלאַנג־אַרכיוו פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟. צוליב דעם, וואָס שמערקע קאַטשערגינסקי איז אומגעקומען אין 1954, און די רעקאָרדירונגען אינעם אַרכיוו האָבן זיך אָנגעהויבן אין 1953, איז עס מיר אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳וואָלט געקענט דאָרטן עקזיסטירן אַ רעקאָרדירונג פֿון אים. אָבער ווען איך האָב אַדורכגעבלעטערט די ריזיקע העפֿט, אין וועלכער די דעמאָלטיקע ביבליאָטעקאַרן האָבן פֿאַרשריבן די נעמען פֿון די רעדנער, האָב איך גלײַך זיך אָנגעשטויסן אין קאַטשערגינסקיס נאָמען. צופֿעליק, איז ער געקומען קיין מאָנטרעאַל צו האַלטן אַ רעפֿעראַט דווקא אין 1953.
אָט קענט איר הערן דעם אויסערגעוויינטלעכן רעפֿעראַט וואָס ער האָט געהאַלטן, וועגן די ייִדישע פּאַרטיזאַנער און דער מוזיק אין ווילנער געטאָ און איר ראָלע אינעם גײַסטלעכן ווידערשטאַנד. אַַפֿילו נאָך 62 יאָר קלינגט די טעמע כּמעט אַזוי אַקטועל ווי הײַנט. די רעדע אַליין, ווערט אָבער מער וויכטיק מיט יעדעס יאָר צוליב דעם, וואָס עס גייט אַוועק דער לעצטער דור, וואָס האָט אַליין איבערגעלעבט די שרעקלעכע תּקופֿה וואָס ער שילדערט. די רעקאָרדירונג איז ממש אַ זעלטענער אוצר, און איך האָף, אַז איר וועט הנאה האָבן פֿון איר און זי טיילן מיט אַנדערע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.