פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/vayter/186732/a-story-with-four-jews-in-aruba/?
דער טאָג, װאָס בײַ אים איז עס נאַכט, האָט סידני קיין אויג ניט צוגעמאַכט. ער האָט געשלונגען די פּילן, אָבער גאָרניט האָט ניט געהאָלפֿן. צו פֿיל געדאַנקען האָבן אים פֿאַרנומען, ספּעציעל דאָס קול, וואָס האָט אין אים געשעפּשעט: „האָב מיט איר חתונה.‟
„ניין, דאָס איז נאַריש — צו נאַריש, סידני, אַפֿילו פֿאַר זיך.‟
„פֿאַר װאָס, סידני?‟ האָט דאָס קול געענטפֿערט. „זי איז ניט װי די אַנדערע.‟
„מיר האָבן נאָך ניט געשמועסט. בלויז אַ פּאָר װערטער און אַ שמייכל צי צװיי.‟
„ס׳איז גענוג, סידני. מער קען דיך פֿאַרפֿירן.‟
דערנאָך האָט דאָס קול געגעבן סידני אַ פּאָר נײַע עצות — װי אַזוי אָפּצונאַרן די אַמעריקאַנער רעגירונג און אויסצומײַדן װאָס מער שטײַערן.
און דערנאָך האָט סידני זיך אויפֿגעכאַפּט און אויסגעפֿונען, אַז דאָס אַלץ איז געװען אַ חלום. אָבער סידני האָט זיך ניט געקענט באַפֿרײַען פֿון דעם קול. זאָל ער חתונה האָבן מיט איר?
די גאַנצע שעה נאָך דעם, װאָס ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט, האָט סידני פֿאַרבראַכט אין דער נעבעכדיקער שטאָט אָראַנגעשטאַדט, בײַ קאַרטיִע, טיף פֿאַרטראַכט. צי זאָל ער קויפֿן דאָס פֿינגערל, צי ניט? צי איז דער בריליאַנט צו קליין אָדער גענוג גרויס אַזוי? אָדער אין גאַנצן ניט קויפֿן, אַװדאי, אַנטלויפֿן.
„דאָס ערשטע מאָל?‟ האָט עפּעס אַ פֿאַרקויפֿער געפֿרעגט.
„יאָ,‟ האָט סידני געענטפֿערט. ער האָט געהאַט די האָפֿנונג, אַז קיין אַנדערע פֿראַגעס װעלן ניט קומען.
„דאָס ערשטע מאָל איז דאָס שװערסטע. שפּעטער װערט אַלץ פּשוטער. װי לאַנג האָט איר זיך געראַנדקעװעט מיט איר?‟
„אפֿשר אַ טאָג‟, האָט סידני רויִק געענטפֿערט.
„׳אפֿשר אַ טאָג?׳ איך געדענק דאָס געפֿיל! איך געדענק… נו, קום — לאָזט אָפּ דאָס דרעק! [און ער האָט יאָ געזאָגט „דרעק‟! ייִדן, אָדער לכל-הפּחת ניו־יאָריקער, װוינען אין אַלע לענדער.] אינעם צװייטן צימער האָב איך עפּעס פֿאַר דײַן באַשערטער.‟
„אָט,‟ איז דער פֿאַרקויפֿער אַרײַנגעגאַנגען אינעם צװייטן צימער. „אָט האָב איך עפּעס ספּעציעלס. בת-מלכּה שניט. העכסטע קלאָרקייט. קיין אַנדערער בריליאַנט פֿון דער גרייס האָט ניט געהאַט אַזאַ קלאָרקייט. פּלאַטינום, אַװדאי. ליכטיק. קיין קאָליר — ריין װײַס. אַלע מעלות אָן חסרונות.‟
סידני האָט געהאַט גענוג שׂכל ניט צו פֿרעגן װעגן דעם פּרײַז. אַזוי האָט ער געהאָפֿט: ער װאָלט געזען דאָס פֿינגערל, װאָלט ער געקומען צום שׂכל, און ער װאָלט געװוּסט, אַז זײַן טרוים פֿון חתונה האָבן איז בלויז אַ טרוים. נאָר פֿאַרקערט. דער טרוים איז געװאָרן אַלץ שטאַרקער. ער האָט זיך געפֿילט װי ער איז שוין פֿאַרקנסט. זיי גרייטן זיך צו דער חופּה. באַלד װעלן זיי לעבן אַ נײַ לעבן. זיי האָבן געקויפֿט אַ „טײַם-שייער‟, אַ גן-עדן דירה דאָ אין אַרובאַ. זיי קומען אַהער יעדעס יאָר, כּדי צו פּראַװען דעם יאָרטאָג פֿון זייער טרעפֿן זיך.
די אמתע גלית איז אָבער פֿאַרשװוּנדן. סידני האָט ניט געדענקט איר פּנים, ניט געדענקט איר אויסזען, און אין װאָס באַשטייט איר שיינקייט. דאָס אָבער איז אים ניט אויסן. ער װאָלט יאָ געקויפֿט דאָס פֿינגערל — נאָר „אַמעקס‟ לאָזט ניט.
„פֿאַרלייקנט. מסתּמא געגנבֿעט.‟ האָט דער פֿאַרקויפֿער געזאָגט. „כ׳בין זיכער, אַז דאָס איז אַ טעות. איך זע דײַנע פּאַפּירן. איך ווייס, אַז דו ביסט דו. סע געשעט אָפֿט. נאָר, זײַט מוחל, איך מוז.‟ און דערנאָך האָט ער צעשניטן סידניס קאַרטל אויף שטיקלעך.
* * *
סידני האָט ניט אָנגעקלונגען „אַמעקס‟. ער האָט געהאַט גענוג מזומן אויף די קומענדיקע טעג. אַנדערע זאַכן האָבן אים פֿאַרנומען. ערגעץ װאַרט זי אויף אים…
זיי האָבן זיך געטראָפֿן אויף דער פּלאַזשע נעבן ריץ. זי איז שוין געזעסן מיט אַ קאָקטייל אָן אַ שירעמל. זי האָט געטראָגן זון-ברילן און אַ היטל, און זי האָט אויסגעזען װי אַ העלדין פֿון אַ פֿילם; סידני געדענקט ניט פֿון װעלכן. זי האָט אים געזען אַ פֿאָכע געטאָן מיט אַ האַנט. סידני האָט זיך דערנענטערט.
בײַם אָנהייב האָט ער ניט געװוּסט װעגן װאָס צו רעדן. סידני האָט איר דערציילט װעגן דעם חשבון־פֿירערײַ. זי איז געװען גלײַכגילטיק. דערנאָך האָט ער דערציילט זײַנע מעשׂיות װעגן אַרובאַ, װי אַרובאַ האָט אים געשטערט און געמאַכט קאַליע זײַנע פּלענער.
„װי אַלט ביסטו?‟ האָט סידני פּלוצעם געפֿרעגט. און באַלד זיך פֿאַרשעמט.
„37,‟ האָט זי געשמייכלט.
זיי האָבן אַ ווײַלע געשוויגן.
„ווייסט פֿאַר װאָס איך האָב געשמייכלט, סידני?‟
ער האָט אַ שאָקל געטאָן מיטן קאָפּ.
„איך גיי אויף אַ סך ׳ערשטע ראַנדקעס׳ און װייניק אויף צװייטע. מע זעט, אַז איך בין ניט קיין מיידל. זיי הערן, אַז איך האָב שוין אַ קינד. זיי דערוויסן זיך, אַז איך בין נאָך באַפֿרײַנדעט מיטן ערשטן מאַן, מיטן ייִנגלס טאַטע. ער װוינט איצט אין שיקאַגע. איך װיל קומען אין שיקאַגע, כּדי דאָס ייִנגל זאָל בעסער קענען זײַן טאַטע. אויף דער דריטער ראַנדקע, הערן זיי, אַז איך װיל נאָך אַ קינד. און, אַז איך בין ניט קיין מיידעלע, האָב איך ניט קיין צײַט צו װאַרטן. אַ דאָקטער האָט מיר שוין דערקלערט, אַז איך וועל אפֿשר דאַפֿרן הילף פֿון אַנדערע דאָקטוירים, פֿון ספּעציאַליסטן, כּדי צו האָבן מער קינדער. סע װעט זײַן טײַער… מיר געפֿעלט די פֿראַגע, סידני, װײַל סע באַטײַט, אַז די נאַכט איז װי די דריטע ראַנדקע.‟
סידני האָט זיך צוגעשמעקט צום רויך. אַרומיקע מענטשן רייכערן קובאַנישע ציגאַרן. אַ פֿײַער ברענט ניט װײַט. איר פּנים װערט באַלויכטן פֿונעם גרויסן ליכטל אויפֿן טיש. סידני האָט געמאַכט אַ סימן מיט די הענט, און אַ קעלנער האָט גענומען זײַן געטראַנק-באַשטעל: באַלאַשי.
„קיין מאָל בין איך ניט געװען אין שיקאַגע,‟ האָט ער געזאָגט. „ס׳איז אַ ביסל מאָדנע. כ׳בין שוין אין די דרײַסיקער יאָרן, די פֿירמע האָט איר הויפּט־ביוראָ אין שיקאַגע, פֿאַראַן כּלערליי קאָנפֿערענצן דאָרטן. כ׳האָב דאָרטן שװעסטערקינדער. דער זיידע האָט זיך באַזעצט אין שיקאַגע, װען ער איז אַװעק פֿון אייראָפּע. אַ פּליט פֿון דער צװייטער װעלט־מלחמה. זײַן ברודער האָט זיך באַזעצט דאָרטן און איז דאָרטן געבליבן. כ׳געדענק ניט די מעשׂות, פֿאַר װאָס זיי האָבן אויפֿגעהערט צו רעדן צווישן זיך… איך פּלאַפּל. דער עיקר איז: ס׳איז מיר אפֿשר באַשערט צוריקצופֿאָרן צו דער אַלטער היים.‟
דאָס װאָרט „באַשערט‟ איז געבליבן הענגען צװישן זיי.
זי האָט אויפֿגעהערט צו שמייכלן. „זאָלסט װיסן, סידני. איין מאָל האָב איך זיך געראַנדקעװעט מיט אַ מאַן מער װי אויף דרײַ ראַנדקעס. מיר זײַנען געװען צוזאַמען חדשים. דאָס איז געשען מיט 4 יאָר צוריק. איך בין נאָך אַ שטיקל מיידעלע. ער האָט געװאָלט חתונה האָבן. מיר האָבן אַרומגערעדט און אַרומגערעדט דעם ענין װי אַ מין פֿילאָסאָפֿיע. איך האָב ניט געקענט זאָגן יאָ. כ׳האָב פּשוט געהאַט צו פֿיל מורא. מיט דער צײַט האָט ער אויפֿגעהערט װאַרטן. אַפֿשר האָבן מיר דערהרגעט די ליבע מיט די אַלע װערטער. ער איז אַװעק… אמת, איך און דער ערשטער מאַן זײַנען געװען קינדער בײַ דער חתונה. די צײַטן אָבער זײַנען געװען די ערגסטע אין מײַן לעבן. ער איז אַ גוטער! אפֿשר איז די פּראָבלעם חתונה צו האָבן אַליין — אָדער אפֿשר בין איך אַליין די פּראָבלעם.‟
סידני האָט געהאַלטן אין טרינקען זײַן באַלאַשי. „װי הײַנעקין,‟ האָט עפּעס אַ קרעטשמער אים געזאָגט דעם ערשטן טאָג אין אַרובאַ. „ערגער,‟ האָט סידני געזאָגט דעם קרעטשמער. „נאָר אין אָרדענונג.‟
„אַ קלוגער האָט מיר אַ מאָל דערציילט, ׳דאָס ערשטע מאָל איז דאָס שװערסטע.׳‟
„צי גלייבסטו אים?‟
„ער האָט געגלייבט אין מיר, כאָטש אַנדערע האָבן אים געזאָגט, ׳ניין.׳‟
„ער איז אַ רבֿ? אַ פּסיכאָלאָג?‟
„אין פֿולן זין,‟ האָט סידני געענטפֿערט.
„כ׳בין ניט זיכער, אַז איך פֿאַרשטיי. חכמים רעדן מיט רמזים.‟ און נאָך אַ פּויזע האָט זי אָנגעהויבן רעדן װעגן איר שטעלע אין ישׂראל און װעגן אירע נאַרישע מיטאַרבעטער.
סידני האָט געענדיקט זײַן „באַלאַשי‟ און געמאַכט אַ סימן דעם קעלנער: נאָך צװיי. ער האָט געװאָלט װיסן, צי זי גלייבט אין אים, צי זי גלייבט אין רמזים. ער װעט ניט פֿרעגן, ניט הײַנט, ניט מאָרגן. ער איז גרייט צו װאַרטן.
ער האָט אַגבֿ ניט געקענט זאָגן װיפֿל איז דער זייגער, צי ס׳איז טאָג אָדער נאַכט? ערגעץ אויף דער װעלט איז דאָך פֿאַראַן אַ כּישוף-שעה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.