Vayter

באַטראַכטן דורך קאַרטונען

Reevaluating the Hasidic World Through Comics

פֿון פֿרידאַ וויזעל

  • Print
  • Share Share

פֿרידאַ וויזעל איז אויפֿגעוואַקסן אינעם סאַטמאַרן שטעטל „קרית־יואל‟, אין אַ משפּחה פֿון 15 קינדער. זי האָט זיך געלערנט אין די סאַטמאַרער מיידל־שולן און ווי עס פֿירט זיך אין סאַטמאַר, האָט זי חתונה געהאַט צו 18 יאָר. ווען זי איז געווען 21 יאָר אַלט, האָט זי אָנגעהויבן אַ בלאָג, וואָס האָט פֿאַר איר אַנטפּלעקט אַ גרעסערע וועלט, און אַ נסיעה, וואָס האָט זי, סוף־כּל־סוף, דערפֿירט צו דעם, וואָס זי איז אַוועק פֿון דער קהילה. הײַנט וווינט פֿרידאַ מיט איר זון אין „ראָקלאַנד‟־קאַונטי, ניו־יאָרק. זי האָט געגרינדעט אַ טור־פֿירמע „באַזוכט חסידים‟, וווּ זי פֿירט אָן מיט טורן פֿון וויליאַמסבורג.


קינסטלערישע דערקלערונג:

איך האָב ליב קאַרטונען. איך צייכן זיי, ווײַל זיי זענען אַן אופֿן ווי אַזוי איך קען זיך טיילן מיט מײַנע סאָציאַלע קאָמענטאַרן און אויסדריקן אָבזערוואַציעס וועגן דער געזעלשאַפֿט פֿון וואַנען איך בין געקומען, און וועגן דעם פּראָצעס פֿון פֿאַרלירן די חסידישע וועלט, אָן דעם וואָס איך זאָל זיך באַציִען קריטיש אָדער ביטער צו איר. איך האַלט, אַז דער הומאָר איז אַ וווּנדערלעכער מיטל צו באַרירן סענסיטיווע טעמעס, ווײַל מענטשן קומען זיך צוזאַמען דורכן לאַכן; און ווען מיר נעמען ניט אָן אַזוי ערנסט פֿאַרשיידענע פּראָבלעמען, קענען מיר קוקן אויף זיי פֿון אַ ווײַטערער פּערספּעקטיוו. איך צייכן אויך, אָבער, פֿאַר זיך אַליין, ווײַל די קאַרטונען העלפֿן מיר צו לאַכן, ווען עס ווערט מיר שווער; דורך זיי געפֿין איך נײַע קוקווינקלען פֿאַר שווערע טעמעס.

„חברה! אַפֿילו די וועלטלעכע וויסנשאַפֿטלער זענען מסכּים, אַז די  ׳דזשינס׳ זענען שולדיק אין פֿאַרשידענע קרענק‟.
„חברה! אַפֿילו די וועלטלעכע וויסנשאַפֿטלער זענען מסכּים, אַז די ׳דזשינס׳ זענען שולדיק אין פֿאַרשידענע קרענק‟.


„מײַנע עלטערן האָבן געזאָגט, אַז די וואָס גייען אַוועק פֿון רעליגיע ,האָבן סעקס, סעקס, סעקס — די גאַנצע צײַט. נאָך אַ מאָל האָבן זיי געזאָגט אַ ליגן‟!
„מײַנע עלטערן האָבן געזאָגט, אַז די וואָס גייען אַוועק פֿון רעליגיע ,האָבן סעקס, סעקס, סעקס — די גאַנצע צײַט. נאָך אַ מאָל האָבן זיי געזאָגט אַ ליגן‟!


„נו… ער איז דיר געפֿעלן?‟
„נו… ער איז דיר געפֿעלן?‟