Vayter

אַ מעשׂה מיט פֿיר ייִדן אין אַרובאַ

A story with four Jews in Aruba

פֿון פֿישקע דע גאַל

  • Print
  • Share Share

פֿישקע דע גאַל איז דער ליטעראַרישער פּסעוודאָנים פֿון איתן קענסקי, וואָס לערנט ייִדיש אין האַרוואַרד. ער איז אַ שרײַבער אויף ייִדיש און ענגליש, און אַן איבערזעצער פֿון ייִדישער ליטעראַטור.


1.

און נאָך אַ טיר איז געװען פֿאַרמאַכט! גאַנצע דרײַ טעג אין אַרובאַ און סידני פֿידלשטיין איז געװען זיכער, אַז אויף יעדער אַרובער טיר הענגט אַ שילד: „פֿאַרמאַכט. קומט מאָרגן.‟

אמת, מע האָט ניט פֿאַרמאַכט אַלע טירן. די רעסטאָראַנען, די האָטעלן, די קרעטשמעס, די אינדלערײַ־ (surfing), שיפֿלערײַ־, סקובאַ־, און באָדקאָסטיום־געשעפֿטן — די אַלע קראָמען און קלייטן זײַנען געווען אָפֿן. קומט אַרײַן!

בלויז די ערטער װאָס ציִען צו אונדזער העלד, זײַנען געװען פֿאַרמאַכט: די מוזייען, די היסטאָרישע בנינים, די חורבֿות, און די מלוכישע פּלעצער. דאָס לעצטע פֿאַרמאַכטע אָרט איז געװען דער פֿאָרט אין אָראַנגעשטאַדט. נו, דער פֿאָרט איז ניט אַזוי פּרעכטיק, אָבער ער איז סײַ װי אַן אַלטער. דאָס איז גענוג פֿאַר אונדזער העלד.

Yehuda Blum

אונדזער העלד, סידני פֿידלשטײן, איז אַלט 35 יאָר און איז נאָך ניט קיין חתונה־געהאַטער. ניט צוליב דעם, װאָס ער װיל ניט חתונה האָבן. ניין און צען מאָל ניין! ער האָט ליב פֿרויען, אפֿשר צו פֿיל ליב. ער פֿאַרליבט זיך אין יעדער פֿרוי װאָס פֿלירטעװעט מיט אים. זײַן האַרץ איז שוין צעבראָכן אויף שטיקלעך.

ניין, ער האָט נאָך ניט געהאַט חתונה, װײַל ער אַרבעט צו שװער. לאַנגע שעהען זיצט ער אין ביוראָ. דאָרטן קען מען אים געפֿינען ביזן װײַסן טאָג אַרײַן. דעם נאַראַטאָר װאָלט דאָס געװען שרעקלעך. ערגער קאָן ניט זײַן! סידני אָבער אַרבעט מיט פֿרייד. דאָס חשבון־פֿירן איז זײַן באַרוף. מע זאָגט, אַז ער איז אַן עילוי. יעדערער איז מסכּים, אַז סידני האָט אַליין אַנטדעקט דרײַ גאָר װיכטיקע אופֿנים אויסצומײַדן די שטײַערן. דװקא ער האָט געגעבן „גוגל‟ די עצה, אַז די פֿירמע זאָל מאַכן דעם אָנשטעל, אַז זי געפֿינט זיך אין אירלאַנד. פֿאַר װאָס? װײַל אירלאַנד האָט נידעריקע שטײַערן. נאָר דאָס איז בלויז דער אָנהייב: סידני האָט געװוּסט, אַז מע קען דערנאָך אָפּנאַרן די אירלענדער. װען די פֿירמע זאָל האָבן אַ שותּף־פֿירמע אָדער סוב־פֿירמע אין אַ לאַנד, װאָס איז שטײַערנלאָז פֿאַר געשעפֿטן, װאָלט מען געקענט אַװעקשיקן דאָס געלט פֿון דער הויפּט־פֿירמע אין אירלאַנד צו דער צװייטער פֿירמע, װאָס געפֿינט זיך אין אַזאַ מין לאַנד ווי בערמודאַ, למשל, און אַזוי אויסמײַדן די אירלענדישע שטײַערן. אַזאַ זאַך רופֿט מען „דער געטאָפּלטער אײַריש.‟

סידני איז געװאָרן דער ייִנגסטער שותּף אין דער גרעסטער חשבון־פֿירמע.

די חשבון־פֿירמע האָט איר הויפּט־ביוראָ אין שיקאַגע, אָבער סידני אַרבעט אָדער אין דעם ניו־יאָריקער־ביוראָ, אָדער „רעמאָט.‟ פֿאַר דער אַרבעט פֿאָרט סידני אַרום דער װעלט. ער פֿליט פֿון איין לאַנד צום צװייטן, זוכנדיק נײַע אופֿנים אויסצומײַדן די שטײַערן און נײַע פּלעצער, װוּ ער קען באַהאַלטן ריזיקע סומעס געלט. פֿריִער האָט סידני ניט באַמערקט װוּהין ער פֿאָרט: איין אינדזל און מקום־מיקלט פֿון שטײַערן, מיינט ער, איז ענלעך צום צװייטן. אָבער עפּעס האָט זיך געביטן אין סידני. מיט דער צײַט איז ער געװאָרן אַ ליבהאָבער פֿון די היגע קולטורן.

װאָס הייסט „אַ ליבהאָבער פֿון די היגע קולטורן?‟ ערשטנס, באַזוכט ער אַלע װיכטיקע פּלעצער: די מוזייען, די חורבֿות, און די מלוכישע בנינים. צי איז דאָ עפּעס פֿײַנער און בעסער װי אַ פּאָליטישער דענקמאָל? ניט פֿאַר סידני. צװייטנס, זאַמלט ער באַרימטע זאַכן פֿון די אַלע שטעט און לענדער. אין האַװאַיִ האָט ער געקויפֿט אַן אוקאַלעל־לערנבוך פֿון טראַדיציאָנעלע לידער. אין מערבֿ־װירדזשיניע, װוּ ער האָט געדאַרפֿט זיך טרעפֿן מיט אַ קליענט, האָט ער געקויפֿט כּלערליי „בלוי־גראָז‟ פּלאַטעס. װי אונדזער שפּריכװאָרט זאָגט: „זינגען קען איך ניט, נאָר איך בין אַ מבֿין.‟

איצטער קען סינדי אַ פּאָר װערטער אין צענדליקער שפּראַכן און צענדליקער װערטער אין אַ פּאָר שפּראַכן.

אָבער אַרובאַ מאַכט קאַליע זײַנע פּלענער. די אַלע מוזייען און די מלוכישע פּלעצער זײַנען פֿאַרמאַכט. ער האָט זיך אויסגעלערנט אַ פּאָר װערטער אויף פּאַפּיִאַמענטאָ — „דושי‟, „באָן ביני‟, „דאַנקי‟. דאָס לעצטע געדענקט ער, װײַל עס איז אַזוי נאָענט צום ייִדישן „אַ דאַנק.‟ (ייִדיש קען ער גוט, װײַל ער האָט גערעדט מיט דער באָבע אויף מאַמע־לשון. צום סוף פֿון איר לעבן האָט זי אין גאַנצן פֿאַרגעסן װי צו רעדן ענגליש.)

סידני האָט ניט געװוּסט װאָס צו טאָן אין אַרובאַ. סע בלײַבט נאָך דרײַ טעג. דרײַ טעג פֿון זיך נודזשען. ניט װיסנדיק װאָס צו טאָן, האָט ער אָנגעהויבן שפּאַצירן אויף דער פּלאַזשע. באַלד חלשט ער און באַלד װערט ער צוגעברענט אויף דער זון.

אין קראָם, קויפֿנדיק אַלאָ, איז פּלוצעם אים אײַנגעפֿאַלן אַ פּלאַן: ער זאָל שלאָפֿן בײַ טאָג און שפּאַצירן בײַ נאַכט. װער אַ װאַמפּיר; סע קאָן ניט זײַן ערגער, סידני! 10 א״ז אין דער פֿרי האָט ער פֿאַרמאַכט די פֿאָרהאַנגען, גענומען 2 פּילן אַמביען, און זיך געלייגט שלאָפֿן.

* * *

דער הימל איז געװען געל און ראָזע װען ער איז אויפֿגעשטאַנען. ער האָט זיך דערשראָקן. געשלאָפֿן האָב איך אַ גאַנץ מעת־לעת! נאָר ער האָט טיף געאָטעמט, זיך באַרויִקט, אַז די זון איז שוין בײַם מערבֿ. ער איז אויפֿגעשטאַנען פּונקט בײַם זונפֿאַרגאַנג, פּונקט אין דער כּישוף־שעה. דאָס לעבן איז דאָך אַ פֿאַרקערטע.

ער האָט זיך געדושט און געטרונקען קאַװע. און דאַן, װען די עלעקטרישע ליכטלעך און די יאַפּאַנישע לאַמטערנס האָבן זיך אָנגעצונדן, איז ער אַרויס אויף אַ שפּאַציר.

בײַ נאַכט איז אויף דער פּלאַזשע כאָטש אַ ביסל קיל. די רעסטאָראַנען און פּלאַזשע־שענקען צינדן אָן מדורות (bonfires), כּדי אָנצוּוואַרעמען די פֿאַרװײַלערס. סידני איז געגאַנגען פֿון איין פֿײַער צום צװייטן. זײַן תּכלית איז סתּם זיך צו דערוואַרעמען שפּאַצירנדיק. מענטשן האָבן געפּרוּװט אים אײַנרעדן, ער זאָל אַרײַנקומען קויפֿן עפּעס אַ משקה צי אַ ראַק, נאָר ער האָט אַלץ געהאַלטן אין איין שפּאַצירן. ער איז געװען אין אַ װעלט פֿאַר זיך אַליין. גאָרניט האָט אים געשטערט. ער איז אין גאַנצן פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן.

„װוּ בין איך אויף דער װעלט?‟ האָט ער אַ טראַכט געטאָן. ער האָט אַ קוק געטאָן אַרום: דאָ זײַנען די בנינים נידעריקער. דאָ זײַנען װייניקער קלייטן און װייניקער מענטשן. צי בין איך נאָך אין ״דער הײַ־רײַז״ געגנט? בין איך נאָך אין אַרובאַ? באָן־ביני אין יענער װעלט, סידני!

העברעיִש האָט אים צוריקגעבראַכט צו זיך. עפּעס אַ פּאָרפֿאָלק זיצט נעבן אים, בײַם פֿײַערל. דער מאַן רייכערט אַ פּאַפּיראָס. די פֿרוי טרינקט אַ טיקי־געטראַנק מיט אַ שירעמל. זיי שמועסן אָדער װעגן מאַכן אַ פֿילם פֿון די קינדער, אָדער װעגן אַ פֿילם געצילט פֿאַר קינדער. צום באַדויערן, קען סידני ניט קיין סך העברעיִש, חוץ די װערטער, װאָס זײַנען אַרײַן אין מאַמע־לשון.

האָט ער אָבער געפּרוּװט: „סליחה, װוּ אני?‟

„מה זה, ׳װוּ׳?‟ האָט דער מאַן געזאָגט דעם װײַב.

„מה שטויות, אתה זוכר! װוּ זה אידיש.‟ און אויף ענגליש: „דאָס איז דער בוקוטי. פֿון װאַנען ביסטו געקומען אַהער?‟

„פֿון דער ריץ.‟

„דאָס איז װײַט! איר זײַט איצט אין עק װעלט. בא, שב איתנו. אוי, זײַ מוחל! דאָס ׳מדבר׳ איך העברעיִש!‟

סידני איז געזעסן מיט זיי און געשמועסט װעגן זיך און זײַן אַרבעט. דעם מאַן איז געװען טשיקאַװע צו הערן אַלץ װאָס סידני האָט געזאָגט. ער איז אַליין אַ געשעפֿטסמאַן און האָט אויך פֿײַנט שטײַערן! „איך שטים פֿאַר ביבי,” האָט דער מאַן געזאָגט, „נאָר פֿאַר עקאָנאָמישע װעגן.‟

צװיי אָדער דרײַ מאָל האָבן זיי דערמאָנט אַ טאָכטער. אַ שיינע. אַ געבילדעטע. אַ קאָך פֿון קאָכנלאַנד. „זי איז מיט אונדז אין אַרובאַ,‟ האָט דער מאַן געזאָגט. „נאָר צום באַדויערן, איז זי ניטאָ.‟

„ניטאָ?”

„זי איז אין אַן אַנדער האָטעל. דער בוקוטי לאָזט ניט קיין קינדער.‟ האָט ער געשװיגן. „אַ חסרון: זי האָט שוין אַ קינד.‟

סידני האָט ניט געװוּסט װאָס צו זאָגן. צום סוף פֿרעגט ער, „נאָר ניט קיין מאַן?‟

„יאָ, ניט קיין מאַן.‟

„אָלרײַט,‟ האָט סידני געזאָגט נאָך אַן איבעררײַס. „איז, װען קען איך זי טרעפֿן?‟

די פֿרוי שמייכלט: „מאָרגן װעט זי זײַן בײַ דער שיל.‟

„בײַ דער שיל?‟

„יאָ, בײַ דער שיל, כּדי צו הערן די מגילה.‟

„די מגילה?‟

„יאָ, די מגילה. מאָרגן איז דאָך פּורים. האָסטו פֿאַרגעסן?‟

„איך האָב ניט געדענקט.‟ ער האָט ניט געװוּסט װאָס צו זאָגן. אַזוי לאַנג איז ער ניט געװען אין קיין שיל. צום סוף: „עס איז שװער צו גלייבן — פּורים אין אַרובאַ.‟

„שװער צו גלייבן פּורים אין אַרובאַ? װאָס זשע מיינסטו?‟

יאָ — װאָס מיינסט, סידני?? צי לייגסטו דעם טראָפּ אויף גלייבן אָדער אויף אַרובאַ? אָדער אויף דעם אָרט אָדער, אויף דעם גלייבער, אָדער אויף דעם גלייבן אַליין? דאָס הייסט, אַז עס איז שװער צו גלייבן, אַז ס׳איז דאָ אַזאַ זאַך װי פּורים אין אַרובאַ — אָדער, אַז דאָס זײַן אין אַרובאַ מאַכט חוזק דאָס גלייבן אין גאָט און אין דער ייִדישקייט? אַזוי, סידני? דער אייבערשטער הערשט ניט איבער אַרובאַ? די טירן צו די מלוכישע פּלעצער האָט אויך גאָט פֿאַרמאַכט?

„װער װייסט!‟ האָט סידני זיך צעלאַכט. „מאָרגן בײַ דער שיל װעט זײַן אָלרײַט!‟

אַ טאַקסי האָט געפֿירט סידני צוריק צום האָטעל. עס איז שוין 2 א״ז בײַנאַכט. אַלץ איז געװען פֿאַרמאַכט, אַפֿילו די נאַכטלאָקאַלן. סידני האָט אָבער געדאַרפֿט בלײַבן װאַך. אין צימער האָט ער זיך צוגעהערט צו פּאַנדאָראַ, צו דער ישׂראלדיקער מוזיק: אַריק אײַנשטײַן, מאיר אַריאל. דערנאָך איז „יו־טוב‟ געװאָרן זײַן מדריך. הדג נחש האָט באַגלייטן דעם פֿאַרטאָג. סוף שירת הסטיקר האָט ער פֿאַרמאַכט די פֿאָרהאַנגען. ער האָט אײַגענומען 2 פּילן אַמביען און זיך געלייגט שלאָפֿן.

„איצט בין איך אַן אמתער ייִד,‟ האָט סידני געזאָגט זיך אַליין. „כ׳הייב אָן דעם טאָג בײַ נאַכט. כ׳גרייט זיך צו גיין אין שיל. אפֿשר װעל איך זיך באַלד פֿאַרליבן אין אַ סאַבראַ.‟


2.

יונגע גנבֿים, ים־רויבערס, און בת-מלכּות האָבן געשטראָמט אין שיל אַרײַן.

די שיל איז געװען אַ היימישע, בלויז אַ צימער צו דאַװענען און אַ קליינער זאַל צו עסן. אַ 20, 30 מענטשן זײַנען געקומען. אין צימער איז מעשׂה־גלות; מע האָט געשמועסט אויף דרײַ שפּראַכן: ענגליש, שפּאַניש, און העברעיִש. מע האָט געלייענט די „מגילה‟ אויף 4 שפּראַכן: העברעיִש, האָלענדיש, שפּאַניש, און פּאַפּיִאַמענטאָ. דער רבֿ, אַ פּענסיאָנער פֿון אַרגענטינע, האָט אויך גערעדט ייִדיש. ער האָט געכאַפּט, אַז סידני רעדט ייִדיש און זיי האָבן זיך איבערגעוואָרפֿן מיט אַ פּאָר װערטער. שפּעטער האָט דער רבֿ געמאַכט אַן אַנאָנס: סידני האָט אים דערמאָנט, אַז ס׳איז דאָ נאָך אַ ייִדישע שפּראַך — ייִדיש — און מע זאָל צוגעבן ייִדיש צו דער רשימה מגילה־שפּראַכן. „לאָז זײַן 5 שפּראַכן‟ איז מסכּים געווען דער רבֿ. סידני האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין, צי דער רבֿ זאָגט אַזוי, װײַל ער וויל, אַז סידני זאָל אָפֿטער קומען קיין אַרובאַ, צי ער װיל, אַז סידני זאָל פּשוט געבן אַ נדבֿה. וואָס שייך דעם צװייטן: װעט שוין סידני אויסגעפֿינען די שטײַערן-אימפּליקאַציעס.

די צוגעזאָגטע טאָכטער איז אויך געװען אין דער שיל. װי מע האָט אים צוגעזאָגט, איז זי טאַקע געװען אַ שיינע. און װי צוגעזאָגט האָט זי געהאַט אַ ייִנגעלע. די קהילה האָט געמאַכט אַ פּורים־סעודה און דאָס ייִנגל, אַ װאָלקולאַק (werewolf), האָט אויפֿגעפֿרעסן אַלע פּיצעס. די אַלע — דאָס ייִנגל, די טאָכטער/מאַמע, די צװיי עלטערען — זענען געזעסן צוזאַמען מיט אַ זקן.

דער זקן איז געװען אַ דאָקטאָר פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. לאַנגע יאָרן איז ער געפֿאָרן אויף דאַטשע אין אַרובאַ. ער פֿאַרמאָגט שוין דאָ זײַן אייגן הויז, נעבן דעם ריץ. דאָס אַלץ האָט סידני געוווּסט, װײַל דער זקן האָט ניט אויפֿגעהערט צו רעדן. סידני האָט געװאָלט רעדן מיט דער טאָכטער — גלית, נאָר דער זקן האָט אים ניט געלאָזט אַרײַנשטעקן קיין איין װאָרט. אַזוי האָט סידני געהערט, אַז דער שפּיטאָל אין אַרובאַ איז ניט אַזוי־אײַ־אײַ („באַהיט זיך פֿון קראַנקייטן!‟).

אָבער רעדן מיט גלית — דאָס האָט סידני ניט געקענט טאָן. זיי האָבן זיך אָבער איבערגעשמייכלט און זיך געמאַכט חנדלעך. נאָך אַ שעה האָט דאָס ייִנגל געמוזט גיין שלאָפֿן, און סידני האָט זיך געזעגנט.

זי האָט אָבער געגעבן סידני אַ קװיטל. „מאָרגן װעל איך זײַן פֿרײַ בײַ נאַכט. די עלטערן װעלן זיצן מיטן ייִגנל. קומט צו מיר‟.

(סוף אין קומענדיקן נומער)