Vayter

„דער דערציילער‟

The Teller

פֿון פּעטראַ דזשאָונס

  • Print
  • Share Share

פּעטראַ דזשאָונס איז אַן אַמאַטורע פּאָעטעסע און אַ בעל־תּשובֿה, וואָס האָט ליב טראַדיציע — פֿונעם כינעזישן „קונג־פֿו‟ ביז דער אייגענער ייִדישער קולטור און אמונה.


פֿון די זײַטלעך פֿון אַ בוך

קוקן אַרויס ליבהאַרציקע פּנימער

קומט, לערנט זיך אונדזערע באַהאַלטענע מעשׂיות

דאַכט זיך אַז מײַן משפּחה זאָגט

פֿאַרשוווּנדענע האָפֿענונגען, פֿאַרגעסענע חלומות,

וואָס ווילן דרינגלעך דערציילט ווערן

איבערגעריסענע לעבנס, נישט פֿאַרענדיקט

איך מוז ווערן דער דערציילער

און זיי געבן לעבן נאָך אַ מאָל

איך גיי אויף די גאַסן וווּ זיי זײַנען געגאַנגען

איך רעד די שפּראַך וואָס זיי האָבן גערעדט

איך פּרוּוו בויען בריקן

איבערן טײַך פֿון צײַט

מאַנקאָליע, צוואַנג, גענייטיקייט

עס ברענט אין מיר אַ פֿײַער

ווײַל איך מוז דערציילן זייער מעשׂה

אַ דאַנק ד׳׳ר לילי כּהן פֿאַר איר הילף