Vayter

הערט די מעשׂיות פֿון צבֿי אײַזנמאַן ז״ל

Listen to Tsvi Eisenman‘s Stories

פֿון דזשאָרדין קוציק*

  • Print
  • Share Share
צבֿי אײַזנמאַן ז׳׳ל

דער גרויסער ייִדישער שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן ז״ל, וואָס איז לעצטנס ניפֿטר געוואָרן אין ישׂראל צו 94 יאָר, איז געווען איינער פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטסטע ייִדישע שרײַבער פֿון דער נאָך־מלחמהדיקער תּקופֿה. אײַזנמאַנס דערציילונגען זענען אוניקאַל אין דער ייִדישער ליטעראַטור: קורצע מיניאַטורן, וואָס וועבן אַרײַן עלעמענטן סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און סײַ פֿון דער וועלט־ליטעראַטור; מע קען, למשל, אין אײַזנמאַנס ווערק דערקענען אַ סך ענלעכקייטן צום „מאַגישן רעאַליזם‟, וואָס איז געווען גאַנץ פּאָפּולער אין די 1970ער און 1980ער יאָרן אין לאַטײַן־אַמעריקע.

פֿאַנטאַסטישע און אַפֿילו פּאַראַנאָרמאַלע דערשײַנונגען קומען אָפֿט פֿאָר אין זײַנע פּרעכטיקע דערציילונגען; אין איין טרויעריקער מעשׂה קלינגט ער אָן דעם אַמאָליקן נומער פֿון זײַן שוועסטער אין וואַרשע און דערגרייכט אַן אָפּעראַטאָר, וואָס לאָזט אים וויסן, אַז „דער נומער וואָס דו בעטסט איז שוין לאַנג פֿאַרברענט, אַ דאַנק‟. אין אַן אַנדער מעשׂה, וואָס דערמאָנט שטאַרק אין די ווערק פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער ריי בראַדבערי, פֿאָרט אײַזנמאַן, ווי אַ קינד, אויף אַ קאַרנאַוואַל, וווּ ער באַגעגנט זיך מיט שרעקלעכע באַשעפֿענישן, וואָס דער לייענער קען ניט זײַן זיכער, צי זיי עקזיסטירן אויף דער וואָר, צי בלויז ווי אַ טייל פֿון אײַזנמאַנס קינדישער פֿאַנטאַזיע. אין אַנדערע מעשׂיות רירט אײַזנמאַן אָן אַזעלכע טעמעס ווי די אומאָפּהענגיקייט־מלחמה אין ישׂראל, דאָס לעבן פֿון די לעבנס־געבליבענע אינעם ייִדישן לאַנד און זײַנע באַזוכן אין זײַן היימשטאָט וואַרשע נאָכן סוף פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אײַזנמאַנס דערציילונגען זענען כּמעט אַלע גאַנץ קורץ, און צוליב דעם פּאַסן זיי גוט צו צו ווערן געלייענט אויף אַ קול; און טאַקע געלייענטערהייט האָב איך אַנטדעקט אײַזנמאַנס וווּנדערלעכע דערציילונגען. ווי אַ סטיפּעדיאַנט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָב איך דיגיטאַליזירט אַ סעריע פֿון הונדערטער שעהען ייִדישע ביכער, געלייענט פֿון ייִדיש־רעדנדיקע פֿון דער אַלטער היים, וואָס מע האָט געמאַכט בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟ אין מאָנטרעאָל אין די 1980ער און 1990ער יאָרן. הײַנט קען מען הערן די אַלע רעקאָרדירונגען דורכן וועבזײַטל פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.

אָט זענען 17 מעשׂיות פֿון צבֿי אײַזנמאַן, געלייענט פֿונעם אַקטיאָר אַבא איגעלפֿעלד און דער אַקטריסע שׂרה דרעשער. צבי-אייזנמאן און אָט זענען צוויי פֿולע זאַמלונגען פֿון זײַנע קורצע דערציילונגען, געלייענט פֿון די זעלביקע פֿאָרלייענער.


דזשאָרדין קוציק איז דער רעדאַקטאָר פֿון „ווײַטער‟.