מרים חיה־סיגל איז אַ ייִדישע זינגערין, פּאָעטעסע, אַקטריסע און ביבליאָטעקערין. אירע אַרטיקלען זענען דערשינען אין „אויפֿן שוועל‟, „יוגנטרוף‟ און דעם „פֿאָרווערטס‟. עס איז לעצטנס אַרויס איר נײַער אַלבאָם פֿון ייִדישע לידער „טויזנט טעמען‟.
ווי אַ ביבליאָטעקערין, זינגערין און שאַפֿערין פֿון לידער אויף ייִדיש, קומט עס מיר אויס זייער אָפֿט אויסצוזוכן ייִדישע זינגלידער. הײַנט וועל איך לייגן דעם טראָפּ, אַזוי צו זאָגן, אויף געדרוקטע מוזיק־בויגנס אויף ייִדיש.
וואָס איז אַזוינס בויגן־מוזיק? דאָס איז מוזיק, געוויינטלעך, פֿאַר איין ליד, אַ מאָל פאַר עטלעכע, וואָס מען האָט געדרוקט אין באַזונדערע אויסגאַבעס. מען האָט דאָס אַ מאָל פאַרקויפֿט אינעם ייִדישן טעאַטער און אין ספּעציעלע מוזיק־געשעפֿטן און עס זענען געווען ספּעציעלע פֿאַרלאַגן, וואָס האָבן זיך אָפּגעגעבן מיט דעם. טויזנטער ייִדישע מוזיק־בויגנס זענען געדרוקט געוואָרן פֿון כּלערליי סאָרטן: טעאַטער, פֿאָלק, קונסט, קינדער־לידער, חזנות, העברעיִשע און ציוניסטישע לידער און נאָך. מע פֿלעגט זינגען און שפּילן די לידער בײַ זיך אין דער היים, אין די ייִדישע שולן, און פֿאַרשטייט זיך, אויף דער בינע. ד״ר מאַרק סלאָבינס בוך, „טענעמענט־לידער”, איז אַן אינטערעסאַנטע שטודיע אויף דער טעמע.
איך האָב די געלעגנהייט צו אַרבעטן מיט ייִדישע מוזיק־בויגנס ווי אַ מיטאַרבעטאָרין אינעם ייִדישן אָפּטייל, אויפֿן נאָמען „דורות”, בײַ דער ניו־יאָריקער שטאָטישער ביבליאָטעק, וואָס פאַרמאָגט אַ נישקשהדיקע זאַמלונג פֿון געדרוקטער מוזיק אויף ייִדיש. דאָס באַשטייט פֿון מער ווי אַכט הונדערט לידער, וואָס מען קען זוכן לויטן טיטל, מחבר אָדער קאָמפּאָזיטאָר אינעם עלעקטראָנישן קאַטאַלאָג, כּדי צו געפֿינען די בויגן־מוזיק: //catalog.nypl.org.
ווען מען זוכט, איז וויכטיק צו האַלטן אין זינען, אַז די אַלטע טעקסטן אויף ייִדיש האָבן זייער אָפֿט אַן אַלטן, נישט סטאַנדאַרטיזירטן אויסלייג און שפּראַך, למשל, „שעהן” אַנשטאָט „שיין” און „דיא” אַנשטאָט „די”, שוין אָפּגערעדט פון דער מאָדנער טראַנסליטעראַציע!
כּדי אַדורכצוקוקן די ייִדישע מוזיק־בויגנס אין דער „דורות‟־אָפּטיילונג, גיט אַ קוועטש דאָ:
דערצו זענען לעצנס קאַטאַלאָגירט געוואָרן אין „דורות” אַ פּאָר טוץ מוזיק-מאַנוסקריפּטן פֿונעם רעפּערטואַר פֿון באָריס טאָמאַשעווסקי, אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער. די דאָזיקע מאַנוסקריפּטן נעמען אַרײַן באַזונדערע שטיקלעך מוזיק, אַראַנזשירט פֿאַר עטלעכע אינסטרומענטן און אָנגעשריבן פֿאַר ייִדישע מוזיקאַלישע פּיעסעס. מע קען אויך געפֿינען מוזיק־מאַנוסקריפּטן אינעם „ייִוואָ‟ און אין אַנדערע אַרכיוון — געוויינטלעך, אָבער קען מען ניט אַזוי לײַכט צוקומען צו זיי דורכן עלעקטראָנישן קאַטאַלאָג.
וואָס שײַך די אַראַנזשירונגען פֿון לידער, זענען דאָס רובֿ געדרוקטע לידער אַראַנזשירט פֿאַר איין קול און פּיאַנע (זעלטענער פֿאַר אַ דועט אָדער פֿאַר אַ כאָר), אַ מאָל פֿאַר פֿידל אָדער מאַנדאָלינע, אָבער געוויינטלעך, נישט פֿאַר אַ גאַנצער קאַפּעליע. איך האָף, אָבער, אַז מיט די פֿאַרבליבענע מוזיק־מאַנוסקריפּטן וועט מען ווידער אויפֿפֿירן די אַלטע אַראַנזשירונגען. עס ווערן, למשל, איצט צוגעגרייט נײַע אויסגאַבעס פֿון יוסף רומשינסקיס אָפּערעטע „די גאָלדענע כּלה”, דורכגעפֿירט פֿון מיכל אָקס, און „שולמית”, דורכגעפֿירט פֿון ראָנאַלד ראַבוי.
עס איז אויך כּדאַי צו זוכן אין „וווירלד־קעט”, אַ קאָלעקטיווער קאַטאַלאָג: //www.worldcat.org
און אין „אַרכיוו־גריד”: //beta.worldcat.org/archivegrid
נאָך אַ וויכטיקער מקור פֿאַר אַמעריקאַנער לידער איז דאָס בוך פֿון אײַרין העסקעס: Yiddish American Popular Songs, 1895 to 1950. אינעם בוך קען מען געפֿינען לידער, וואָס זענען געדרוקט געוואָרן אין אַמעריקע און פֿאַרשריבן אויף דרוקרעכט, לויטן מחבר, קאָמפּאָזיטאָר, טיטל און דאַטע. האַלט אין זינען, אַז נישט אַלע לידער האָט מען פֿאַרשריבן דאָרטן און ניט אַלץ האָט מען אַפֿילו געדרוקט.
און עס זענען אויך פֿאַראַן אַ סך ניט־קאַטאַלאָגירטע און ניט־געדרוקטע לידער, וואָס וואַלגערן זיך ערגעץ-וווּ אין די אַרכיוון. אָבער ניט געזאָרגט! עס זענען אויך פֿאַראַן געוויסע לידער, וואָס איר קענט געפֿינען אויפֿן קאָמפּיוטער. הונדערטער ייִדישע מוזיק־בויגנס פֿון אַמעריקע פֿון פֿאַרן יאָר 1923 (צוליב דרוק־רעכט געזעצן) קען מען געפֿינען אין „בראַון אוניווערסיטעט‟ //library.brown.edu/cds/sheetmusic/yiddish/ און אין דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק (Library of Congress) //lcweb2.loc.gov/diglib/ihas/search?view=thumbnail&memberOf=yiddish&sort=titlesort&query=yiddish&submit=GO
פֿאַר די, וואָס ווילן הערן אַ ייִדיש ליד, קען מען צוקומען צו אַלטע (און אויך אַ מאָל נײַערע) רעקאָרדירונגען פֿון לידער אויף ייִדיש (ווי אויך אויף דזשודעזמאָ און העברעיִש) אינעם ייִדישן קלאַנג־אַרכיוו פֿון דעם „פֿלאָרידער אַטלאַנטישן אוניווערסיטעט‟
דאָס וועבזײַטל, „דאָס ייִדישע ליד פֿון דער וואָך‟, רעדאַקטירט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער איציק גאָטעסמאַן, איז אַ זעלטענער מקור פֿאַר פֿאָלקסלידער מיט אַרכיוואַלע רעקאָרדירונגען, טעקסטן, און באַמערקונגען פֿון פֿאָרשער.
פֿאַר ערנסטערע פֿאָרשער, וואָלט איך רעקאָמענדירט די מוזיק־אַרכיוון אינעם „ייִוואָ‟, דעם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, „די נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק פֿון מדנית־ישׂראל‟ און די „לײַברערי אָוו קאָנגרעס‟.
איך האָב אויך לעצטנס געהאַט די געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען מיט שמואל זערין, אַן אַרכיוויסט אין „היברו יוניאָן קאַלעדזש‟, וואָס ער האַלט אין קאַטאַלאָגירן ממש אַ ריזיקן אַרכיוו פֿון ייִדישער מוזיק.
נאָך אַ וויכטיקער מקור איז דער אַרכיוו אויפֿן נאָמען פֿון רואבֿן און מלכּה פֿרידמאַן בײַם „פּענסילווייניער אוניווערסיטעט‟. אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם אַרכיוו קען מען אויסזוכן אינפֿאָרמאַציעס וועגן רעקאָרדירטע לידער מיט פּרטים, וואָס זענען שטאַרק ניצלעך. אַז מען געדענקט, למשל, נאָר די ערשטע שורה פֿון אַ רעקאָרדירט ליד, קען מען דאָס אַרײַנקלאַפּן און מיט מזל זיך דערוויסן, וואָס פֿאַר אַ ליד עס איז.
//sceti.library.upenn.edu/freedman
עס זענען אויך פֿאַראַן פּאָפּולערע אַנטאָלאָגיעס פֿון ייִדישע לידער, צווישן זיי „מיר טראָגן אַ געזאַנג‟, „פּערל פֿונעם ייִדישן ליד‟, און „לידער פֿוו דור צו דור‟ פֿון חנה און יאָסל מלאָטעק, ז”ל, די „אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער‟, און „גרויסע לידער פֿונעם ייִדישן טעאַטער‟, ווי אויך אַנדערע אַנטאָלאָגיעס, וואָס איך האָף אַרומצורעדן אין קומענדיקע אַרטיקלען.
איז אָט האָט איר, אויפֿן שפּיץ־מעסער, עטלעכע עצות. איר קענט אויך אַ קוק טאָן אויף דער לענגערער ביבליאָגראַפֿיע דאָ:
//www.nypl.org/collections/nypl-recommendations/guides/yiddish-bibliography#music
אין די ווײַטערדיקע נומערן פֿון „ווײַטער‟, וועל איך שרײַבן מער וועגן די ענינים אין ייִדיש־שפּראַכיקער פֿאָרשונג. דערווײַלע, אויב איר האָט שאלות, שיקט זיי אַרײַן!
זוכט איר אַמאָל אַ ייִדיש ליד? ווילט איר געפֿינען אַ טעקסט אָדער אַ מעלאָדיע? שרײַבט מיר אָן: amandaseigel@nypl.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.