עס איז מיר צוגעטיילט געוואָרן דער כּבֿוד פֿאָרצושטעלן דעם נײַעם נוסח פֿון „ווײַטער‟. „ווײַטער‟ איז לכתּחילה געווען אַ פּרוּוו צוצוציִען סטודענטן פֿון ייִדיש, וואָס האָבן ניט געקענט גענוג ייִדיש צו לייענען דעם „פֿאָרווערטס‟ גופֿא, אָבער וואָס האָבן זיך יאָ גענייטיקט אין לייען־מאַטעריאַל אויף ייִדיש. דער ערשטער נוסח פֿון „ווײַטער‟ האָט עקזיסטירט ווי אַ געדרוקטע אויסגאַבע און האָט אַרײַנגענומען אַרטיקלען און דערציילונגען, וואָס מע האָט געשריבן אויף פֿאַרשידענע ניוואָען פֿון שוועריקייט — פֿון אַ פּאָר גאָר פּשוטע זאַצן וועגן בעלי־חיים, ביז אַרטיקלען פֿון גאַנצע פּאַראַגראַפֿן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.
יענער נוסח פֿון „ווײַטער‟ האָט עקזיסטירט קנאַפּע 5 יאָר און איז מצליח געווען אַרײַנצוברענגען נײַע לייענער פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, אַרײַנגערעכנט דעם מחבר פֿון די דאָזיקע שורות, וואָס רעדאַקטירט דעם איצטיקן נוסח פֿונעם זשורנאַל.
צום באַדויערן, האָט מען דעם געדרוקטן „ווײַטער‟ געמוזט שליסן.
דער צווייטער נוסח פֿון „ווײַטער‟, אין פֿאָרעם פֿון אַ בלאָג אויף דער וועבזײַט פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, האָט געהאַט דעם ציל צו באַקענען די, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט בעסער צו לייענען ייִדיש דורכן ערשטן „ווײַטער‟, מיט דער ייִדישער קולטור און ליטעראַטור.
נאָך אַ פּאָר יאָר איז עס קלאָר געוואָרן, אַז ס׳איז דאָ אַ פֿאָדערונג צו אַ נײַער, באַנײַטער אויסגאַבע. נאָכן אַרומרעדן דעם ענין איז מען געקומען צום אויספֿיר, אַז מע נייטיקט זיך ניט בלויז אין אַן אינטערנעץ־זשורנאַל, געווידמעט די אינטערעסן פֿון יונגע לײַט, וואָס לייענען ייִדיש, נאָר דווקא אויך אַ פּלאַטפֿאָרמע וואָס דערמעגלעכט די יונגע שרײַבער צו מאַכן זייערע ערשטע שרײַבערישע טריט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק. דער באַנײַטער „ווײַטער‟, מיטן מאָטאָ „פֿאַר יוגנט — פֿון יונגע שאַפֿער: געזעלשאַפֿט, ליטעראַטור, קולטור‟, טראָגט מיט זיך דעם ציל צו דינען ווי אַן אָפֿענער שטח פֿאַר דער ייִדיש־רעדנדיקער יוגנט פֿון אַלע געזעלשאַפֿטלעכע שיכטן. דער זשורנאַל וועט פֿאָרשטעלן אָריגינעלע אַרטיקלען, מעשׂיות, לידער, און קונסט (קאָמיקס, צייכענונגען, מאָלערײַען), באַריכטן און פֿילמען פֿון יונגע שאַפֿער וועגן די ענינים, וואָס אינטערעסירן דעם הײַנטצײַטיקן יונגן לייענער.
די פֿראַגע איז, וואָס אינטערעסירט דעם הײַנטיקן יונגן ייִדיש־לייענער? מע ווייסט הײַנט באמת ניט, ווײַל ס׳איז ניטאָ קיין איין מין ייִדישער לייענער, נאָר אַ סך פּאָטענציעלע לייענער מיט פֿאַרשידענע הינטערגרונטן און לעבנס־שטייגער. מיר צילעווען צו שאַפֿן אַן אויסגאַבע, וואָס זאָל זײַן אינטערעסאַנט דעם אַוואַנסירטן סטודענט פֿון ייִדיש, דעם געוועזענעם חסיד, דעם יונגן אַקאַדעמיקער, דעם יונגן ייִדישיסט און אַלע וואָס האָבן הנאה פֿון אַ ייִדיש וואָרט. דערפֿאַר דאַרף מען מאַכן אַ שטיקל עקספּערימענט: מע דאַרף ניט בלויז זיך דערוויסן, ווער עס זענען אונדזערע לייענער, נאָר אויך וואָס וואָלטן אונדזערע פּאָטענציעלע שרײַבער, קינסטלער, רעפּאָרטערס אא׳׳וו (דאָס הייסט: איר!) געוואָלט שרײַבן, מאָלן וכדומה.
דעריבער ווילן מיר הערן פֿון אײַך וואָס איר מיינט דערפֿון, אײַערע פֿאָרשלאָגן, און עצות, ווי אויך אײַער רעאַקציע אויפֿן ערשטן נומער. מיר זענען ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט צו הערן, וואָס עס טוט זיך אין די יונגט־באַוועגונגען, ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס, אוניווערסיטעטן און אויף דער חסידישער גאַס. מיר טראַכטן אויך וועגן דער מעגלעכקייט פֿון אַרויסגעבן רעגולערע רובריקן, אַזוי ווי עצה־רובריקן, פּאָדקאַסטן אויף ספּעציפֿישע טעמעס, קאָמיקס, באַריכטן פֿון פֿאַרשידענע מקומות, וואָס זאָלן צוציִען די לייענער.
כּדי אַרײַנצושיקן פֿאָרשלאָגן, קאָמענטאַרן, מאַטעריאַלן, פֿראַגעס אָדער עצות, פֿאַרבינדט זיך מיטן רעדאַקטאָר פֿון „ווײַטער‟, דזשאָרדין קוציק, kutzik@yiddish.forward.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.