אין אַ סך שטעט הײַנט, וווּ עס איז דאָ אַ טײַך, קען מען זען אויף די בריקן, ווי אויף די אײַזערנע פּאָרענטשן הענגען הונדערטער שלעסלעך. די חתן־כּלות האָבן זיך גענומען אַ טבֿע צו פֿאַרשליסן דאָס שלעסל און דעם שליסל וואַרפֿט מען אין טײַך אַרײַן. אַזוי, טראַכטן זיי, האָבן זיי זיך סימבאָליש צוגעשלאָסן איינער צום צווייטן, און נאָר דער טויט איז מסוגל זייער צוזאַמענלעבן אויפֿשליסן.
גאָר אַנדערש האָט מען געהאַלטן אין מײַן באָבעס שטעטל מאַרקולעשט. אַז עמעצער האָט געוואָלט עמעצן אָפּטאָן שלעכטס אויף תּמיד, פֿלעגט ער, בשעת יענער שטייט אונטער דער חופּה, צושליסן אַ שלעסל, און דעם שליסל אַרײַוואַרפֿן אין וואַסער. איז אָט, געלעבט האָט אין שטעטל מאַרקולעשט אַ ייִד מיטן נאָמען מאַרצאָק. בשעת ער איז געשטאַנען אונטער דער חופּה, האָט זײַן חבֿר, וואָס ער אַליין האָט בפֿירוש אַרויסגעקוקט צו שטיין אונטער דער חופּה מיט מאַרצאָקס כּלה, פֿאַרשלאָסן אַ שלעסל, און דעם שליסל אַרײַנגעוואָרפֿן אינעם אָרטיקן טײַכל רעוט.
האָבן זיך, נעבעך, אויף דעם מאַרצאָק אַ שיט געטאָן צרות, וואָס נאָר אויף אַלע אונדזערע שׂונאימס קעפּ זאָלן זיי פֿאַלן אָן אויפֿהער. האָט מאַרצאָק אײַנגעשפּאַנט זײַן פֿערדל און איז געפֿאָרן צו רביים, כּישוף־מאַכערס און ס׳האָט אים גאָרניט געהאָלפֿן; ביז ער האָט זיך דערוווּסט פֿון איינעם אַ דאַראַדודאַ, אַ גוי, אַ באַקאַנטער כּישוף־מאַכער. וועגן אים האָט מען דערציילט הונדערטער נסים־ונפֿלאות. דער דאַראַדודאַ האָט געוווינט אַזש אין פּלאָסקע, אַ דאַרף לעבן סעלעטין, אַ שטעטל אין דער בוקאָווינע.
געקומען צו דעם זעלטענעם כּישוף־מאַכער, האָט אים מאַרצאָק דערציילט וואָס זײַן חבֿר האָט אים אָפּגעטאָן. דער דאַראַדודאַ האָט אים אויסגעהערט און זיך אונטערגענומען אים צו העלפֿן. ער האָט אים געהייסן נעכטיקן אין א סטינע*, דרײַ חדשים לאַנג.
יעדן חצות האָט מאַרצאָק געהערט אַ משונה־ווילדן יריד אויפֿן בוידעם. ס׳האָט זיך דאָרט געטאָן חושך. עס האָט זיך געדאַכט, אַז די כאַטקע** פֿאַלט באַלד אײַן. אַזוי האָט מאַרצאָק זיך געמוטשעט אַלע דרײַ חדשים. אין די לעצטע טעג האָט אים דער כּישוף־מאַכער געהייסן קויפֿן אַ מעסערל. דעם לעצטן אין דער פֿרי האָט מאַרצאָק זיך אויפֿגעכאַפּט און זעט לעבן זײַן געלעגער וואַלגערט זיך אַ שלעסל, און אין אים איז אַרײַנגעשטעקט דאָס מעסערל. יענע נאַכט האָבן די ניט־גוטע געבראַכט פֿונעם טײַך רעוט דעם שליסל, און צו מאַרצאָקס צרות איז געקומען אַ סוף.
* סטינע — אַ הײַזל פֿון אַ פּאַסטעך
** כאַטקע — אַ קליין שטיבל
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.