אין יעדער שפּראַך, בפֿרט אויב די רייד גייט וועגן אַ לעבעדיקער שפּראַך, ווערן כּסדר געשאַפֿן נײַע ווערטער, אָדער אַלטע ווערטער באַקומען אַ נײַעם באַטײַט.
דאָס לעבן אַליין פֿאָדערט פֿרישע לינגוויסטישע מיטלען. אייניקע ווערטער באַווײַזן זיך אויף אַ טאָג צי אויף אַ ביסל מער צײַט, און דערנאָך גייען זיי אַוועק און לאָזן נאָך זיך ניט איבער קיין שפּור. אַנדערע האָבן אַ בעסערן מזל. זיי לעבן לענגער, און די סאַמע געראָטענע פֿאַרנעמען אַ פֿעסט אָרט אין דער שפּראַך. אָבער אַפֿילו אַזעלכע „פֿעסטע ווערטער‟ קענען, סוף־כּל־סוף, פֿאַרגעסן ווערן, אַפֿילו אויב זיי זײַנען שוין פֿאַרשריבן געוואָרן אין ווערטערביכער.
אין די קאָמענטאַרן, וואָס לייענער שרײַבן ווי אַ רעאַקציע אויף מײַנע אַרטיקלען, באַגעגענען זיך צו מאָל פֿראַגעס, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער שפּראַך. האָב איך באַמערקט, אַ שטייגער, אַז פֿאַר אייניקע צי אַפֿילו אַ סך פֿון די לייענער בלײַבט ניט קלאָר דער סופֿיקס „־עוואַטע‟. דער דאָזיקער סלאַוויש־אָפּשטאַמיקער „־עוואַטע‟ איז, אין דער אמתן, ניט געוואַלדיק פּראָדוקטיוו. אָבער איגנאָרירן אים טאָר מען ניט, ווײַל מיט זײַן הילף האָבן אין ייִדיש זיך באַוויזן — אַ פּנים מיט לאַנגע יאָרן צוריק — גאַנץ געשמאַקע ווערטער. אַ קאָנסטרוקציע מיט „־עוואַטע‟ מיינט, אַז עפּעס איז כּמעט, אָבער נישט אין גאַנצן אַזוי ווי עס באַשרײַבט דער ערשטער טייל פֿון דעם וואָרט.
באַזונדערס אָפֿט באַגעגנט זיך אין דער ליטעראַטור דאָס וואָרט „תּמעוואַטע‟, וואָס מיינט אַז די רייד גייט ניט אַזוי וועגן אַ ריכטיקן תּם, נאָר וועגן אַ מענטשן, וואָס איז נאָעט צו דעם, דאָס הייסט „נאַיִוו‟, „ניט אין גאַנצן קלוג‟. עמעצער קען, לאָמיר זאָגן, קוקן תּמעוואַטע, פֿרעגן תּמעוואַטע אָדער שמייכלען תּמעוואַטע. און מע קען, פֿאַרשטייט זיך, „זיך מאַכן תּמעוואַטע‟ — דאָס הייסט מאַכן אַן אָנשטעל פֿון זײַן נאַיִוו, ניט־פֿאַרשטייענדיק. „ער האָט זיך געמאַכט תּמעוואַטע — גלײַך ווי ער פֿאַרשטייט ניט, וואָס מע וויל פֿון אים‟.
צו מאָל ניצט מען אַנדערע ווערטער מיט מער אָדער ווייניקער דעם זעלבן באַטײַט: „נאַרישעוואַטע‟ און „טיפּשעוואַטע‟. און עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע ווערטער פֿון אָט דער קאַטעגאָריע, אָבער מע זאָגט זיי ניט אין קיין לײַטישער געזעלשאַפֿט, אַזוי אַז איך וועל זיי דאָ ניט דערמאָנען.
הײַנט־צו־טאָג האָבן מיר אינטערנעץ־מעגלעכקייטן, זאָל זײַן דערווײַל ניט זייער מעכטיקע, אַרײַנצוקוקן אין פֿאַרשיידענע ייִדישע טעקסטן. האָב איך עס טאַקע געטאָן מיטן סופֿיקס „־עוואַטע‟. עס לאָזט זיך אויס, אַז ייִדישע שרײַבער, אַרײַנגערעכנט די קלאַסיקער אונדזערע, האָבן גענוצט אַזעלכע ווערטער ווי: „חזירעוואַטע‟, „שיקסעוואַטע‟ און „שקאָצעוואַטע‟. די קאָנטעקסטן זײַנען געווען אַזעלכע: אַ מענטש האָט זיך אויפֿגעפֿירט חזירעוואַטע. אַ יונגע פֿרוי האָט געקענט האָבן אַ „שיקסעוואַטע פֿאַרריסן נעזל‟ אָדער זײַן „הויך, בלאָנד, קרעפֿטיק און שיקסעוואַטע‟. „שקאָצעוואַטע‟ האָבן געקענט זײַן, למשל, אויגן, אָדער אַ מענטש האָט געקענט אַרויסווײַזן אַ „שקאָצעוואַטע דרייסטקייט‟.
די אינטערנעץ־זוכענישן האָבן אויך געבראַכט די ווערטער, וואָס בלײַבן נאָך אַלץ אַקטיוו: „חסידעוואַטע‟ און „פֿרומעוואַטע‟.
* * *
די אויבן־דערמאָנטע סובסטאַנטיוון ווערן פֿאַרגעסן צוזאַמען מיט זייער אַ סך אַנדערע סלאַוויש־אָפּשטאַמיקע ווערטער. הגם איך פֿאָרש ניט די הײַנטיקע חרדישע שפּראַך, זע איך די דאָזיקע טענדענץ אַפֿילו אין די ברעקלעך, וואָס פֿאַלן אַרײַן אין מײַנע הענט און רײַסן זיך אַרײַן אין מײַנע אויערן. און דאָס חידושט מיך ניט, ווײַל סלאַווישע שפּראַכן האָבן אויפֿגעהערט צו שפּילן אַ וועלכע עס זאָל ניט זײַן ראָליע אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה.
ווערטער פֿאַרלאָזן די אַקטיווע שפּראַך אויך ווען עס גייט אַוועק דער פֿענאָמען, וואָס זיי באַשרײַבן. מיט אַ צײַט צוריק האָב איך געשריבן, אַז איך האָב פֿאַרבראַכט עפּעס אַ צײַט, לייענענדיק די ייִדישע פּרעסע פֿון אַמעריקאַנער יונאָנס אָדער, ווי מע האָט זיי גערופֿן אין אַנדערע לענדער — פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען. אין די זשורנאַלן האָט זיך גלײַך געוואָרפֿן אין די אויגן, אַז מיטגלידער פֿון די דאָזיקע יוניאָנס האָבן זיך גערופֿן ברידער און שוועסטער.
אין די אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישע קרײַזן האָט מען גענוצט אַן אַנדערן טיטל: „גענאָסע‟. גענומען האָט מען עס, פֿאַרשטייט זיך, בײַ די דײַטשישע סאָציאַליסטן, וועלכע האָבן געהאַט אײַנגעפֿירט דאָס דאָזיקע וואָרט נאָך אין יאָר 1875. צום באַדויערן, איז דאָס וואָרט „גענאָסע‟ שפּעטער פֿאַרברודיקט געוואָרן דורך די היטלעריסטן. אין דער נאַציאָנאַל־סאָציאַליסטישער פּאַרטיי האָט מען איינער דעם אַנדערן גערופֿן „פּאַרטײַגענאָסע‟. צוליב דעם, אַ פּנים, האָט מען נאָכן חורבן אַלץ מער געהערט און געלייענט דאָס וואָרט „פֿרײַנד‟.
און אין די קאָמוניסטישע קרײַזן איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן דאָס וואָרט „חבֿר‟. מיר שײַנט, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט איז בכלל געווען ברייט גענוצט מחוץ אַמעריקע אויך אין ניט־קאָמוניסטישע סאָציאַליסטישע קרײַזן.
אַט די אַלע ווערטער זײַנען געוואָרן „היסטאָריזמען‟. אָבער דאָס לעבן שאַפֿט נײַע אופֿנים פֿון קאָמוניקאַציע. לעצטנס האָט מען מיר דערציילט, אַז אין אייניקע חסידישע סבֿיבֿות ניצט מען דאָס וואָרט „צדיק‟ ווען מע דאַרף זיך ווענדן צו אַן אומבאַקאַנטן ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.