Vayter

אַ לאָך אין דער קעשענע קאָן זײַן געפֿערלעך

A Hole in One’s Pocket Can be Dangerous

  • Print
  • Share Share

דער ערשטער ראָטשילד, ווי מע דערציילט, איז געווען אַ „לויפֿער‟, געלאָפֿן איבער די דערפֿער אײַנגעקויפֿט מציאות און זיי שפּעטער פֿאַרקויפֿט אַ צווייטן, אָבער שוין אַ ביסל טײַערער. איין מאָל, פֿאַר סוכּות, איז ער פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ רײַך הויז און האָט געזען פֿון דער ווײַטנס ווי אַ פּויער טראָגט אַ הענגל ווײַנטרויבן.

פֿונעם הויז איז אַרויסגעקומען אַ פּריץ און געפֿרעגט דעם פּויער, וויפֿל וויל ער פֿאַר זײַן סחורה. האָט דער פּויער אָנגערופֿן זײַן פּרײַז, און דער פּריץ האָט געענטפֿערט, אַז פֿאַר דעם געלט לוינט עס אים ניט צו קויפֿן. צו טײַער. דעמאָלט איז ראָטשילד צוגעגאַנגען און האָט געקויפֿט דאָס הענגל ווײַנטרויבן.

דער פּריץ איז געוואָרן פֿאַרוווּנדערט: סטײַטש, ער אַ גאַנצער פּריץ האָט זיך ניט פֿאַרגונען צו קויפֿן דאָס הענגל ווײַנטרויבן, און דער אָרעמאַן האָט עס יאָ געקויפֿט. האָט ער אַרײַנגערופֿן ראָטשילדן צו זיך אין שטוב, צוגעגאַנגען צו אַ שפּיגל, עפּעס דאָרט אַ קוועטש געטאָן, און דער שפּיגל האָט זיך באַלד אָפּגערוקט, און דער ייִד האָט דערזען אַ געהיימע אײַזערנע שאַפֿע.

דער פּריץ שלעפּט אַרויס פֿון אַ קעשענקעלע אויף זײַן זשילעטל אַ גאָלדן שליסעלע, שטעלט עס אַרײַן אין דער שאַפֿע, גיט אַ דריי און עפֿנט אויף דאָס טירל.

„זע, ווי רײַך איך בין, ייִד, — האָט דער פּריץ זיך באַרימט, — און דאָך, האָב איך זיך ניט פֿאַרגונען צו קויפֿן דאָס הענגל ווײַנטרויבן פֿאַר דעם פּרײַז; און דו, אַן אָרעמאַן, האָסט עס יאָ געקויפֿט. ווי אַזוי איז דאָס?‟

אויף דעם האָט אים ראָטשילד געענטפֿערט אַזוי: „פֿאַר אַ ייִד, וואָס דאַרף מאַכן אַ שהחיינו, איז קיין שום פּרי ניט טײַער‟.

אין אַ צײַט אַרום איז דער פּריץ געשטאָרבן. קיין קינדער האָט ער ניט געהאַט, האָט די מלוכה אַרויסגעשטעלט זײַן הויז צום פֿאַרקויף. ראָטשילד האָט דאָך געוווּסט, וווּ און וואָסערע אוצרות געפֿינען זיך אין דעם הויז, האָט ער עס געקויפֿט און איז פֿון דעמאָלט אָן געוואָרן זייער רײַך.

דער ערשטער ראָטשילד האָט געהאַט אַ סך זין, און אַלע זײַנען זיי געווען גרויסע באַנקירן. כּדי אויסצומײַדן די קאָנקורענץ צווישן זיך, זײַנען זיי זיך צעפֿאָרן איבער אייראָפּע: איינער קיין ענגלאַנד, דער צווייטער קיין דײַטשלאַנד, דער דריטער קיין עסטרײַך, דער פֿערטער קיין פֿראַנקרײַך, דער פֿינפֿטער קיין איטאַליע… האָבן די שׂונאי־ישׂראל שוין געהאַט וואָס צו זאָגן — די ראָטשילדס האַלטן אין זייערע הענט אַלע פֿינאַנצן פֿון אייראָפּע!

די בייזע צינג דערציילן, אַז דער ווינער ראָטשילד איז איין מאָל אַרײַנגעגאַנגען אין אַ געהיימער קאַמער, וווּ ער האָט געהאַלטן זײַנע אוצרות, און פֿאַרשפּאַרט נאָך זיך די טיר. ווען ער האָט שוין געוואָלט אַרויסגיין, האָט ער זיך געכאַפּט, אַז די קעשענע, וווּ דער שליסל איז געלעגן, האָט געהאַט אַ לאָך, און דער שליסל איז אַרויסגעפֿאַלן. קיין פֿענצטער איז, פֿאַרשטייט זיך, אין דער געהיימער קאַמער ניט געווען, האָט ער ניט געהאַט קיין אַנדער ברירה זי צו פֿאַרלאָזן.

האָט ער אָנגעהויבן שרײַען, אָבער גיי שרײַ, אַז די קאַמער האָט גראָבע ווענט, וואָס קיין שום באָמבע קאָן זיי ניט שפּאַלטן. אין אַ פּאָר טעג אַרום האָט מען זיך געכאַפּט — ניטאָ דער באַלעבאָס! געמאָלדן אין פּאָליציי, געדונגען פּריוואַטע דעטעקטיוון — אַ נעכטיקער טאָג! ערשט אין אַ צוויי וואָכן אַרום האָט איינער פֿון די אויפֿראַמער געפֿונען לעבן דער קאַמער דעם שליסל און האָט אויפֿגעשלאָסן די טיר. דער ווינער ראָטשילד איז געלעגן טויט, וואָס טויט מיינט. געשטאָרבן, נעבעך, פֿון הונגער.

זינט דעמאָלט אָן טראָגן אַלע ראָטשילדן מיט זיך צוויי שליסלען פֿון זייערע געהיימע אוצרות־קאַמערן — אין דער לינקער קעשענע און אין דער רעכטער קעשענע — אויף מאַלע וואָס!