וועגן דעם פֿראַנצייזישן אימפּעראַטאָר נאַפּאָלעאָן דערציילט מען אַזוי פֿיל מעשׂיות, אַז ס׳איז שווער זיך אין זיי אָפּצוזוכן, וווּ איז דער אמת, און וווּ איז דער ליגן. צווישן די ייִדן איז שוין באַקאַנט, אַז עס זײַנען געווען אַזעלכע, וואָס האָבן אַרויסגעקוקט אויף זײַן נצחון, און אַזעלכע, וואָס האָבן געוואָלט זײַן מפּלה. אַזוי צי אַזוי, האָבן ביידע צדדים, געמוזט זיך שלאָגן איינער קעגן דעם אַנדערן און פֿאַרגיסן ייִדיש בלוט.
מע דערציילט, אַז נאַפּאָלעאַנס מאַמע איז געווען אַ כּישוף־מאַכערין. האָט זי אין איין נאַכט געזייט לײַן, געמאַכט פֿלאַקס, געשפּונען לײַוונט און געמאַכט אַ העמד. גאַנץ קאַיאָר רופֿט זי אַרײַן דעם זון און זאָגט צו אים אַזוי: „זאָלסט וויסן, מײַן קינד, דו וועסט די גאַנצע וועלט פֿאַרנעמען, און אַלע וועלן ציטערן פֿאַר דיר. נאָר וויסן זאָלסטו אויך, אַז ווי נאָר עס וועט דאָס קעלנערל פֿון דעם העמד אָנהייבן שוויצן, פֿאַרלירסטו די מאַכט. דעמאָלט זאָלסטו אַוועקלייגן די שווערד!‟
האָט נאַפּאָלעאָן טאַקע געפֿירט אַ סך מלחמות און אַ סך קיסרים און פֿעלקער האָט ער באַזיגט, ביז ער איז אַרויס מיט אַ מלחמה קעגן רוסלאַנד. ווי געזאָגט פֿריִער זײַנען צווישן די ייִדן געווען סײַ אָנהענגער פֿון נאַפּאָלעאָנען, סײַ זײַנע קעגנער. מע דערציילט, אַז דער קאָזשעניצער מגיד און דער רימעניווער האָבן כּסדר געהאַט אַ פֿאַרקערטע דעה אין דעם, ווער ס׳וועט געווינען די שלאַכט מיטן רוסישן קיסר אַלעקסאַנדער? דער קאָזשעניצער האָט געוואָלט, אַז נאַפּאָלעאָן זאָל געווינען, און דער רימעניווער האָט געטענהט, אַז נאַפּאָלעאָן וועט פֿאַרשפּילן.
בײַ דער מגילה האָט דער רימעניווער געלייענט אויפֿן פּסוק „נפֿל תּפּול‟ — נאַפּאָלעאָן תּפּול. פֿאַר פּסח איז ער געשטאַנען בײַ די מצות, און בײַ יעדער פּאָר מצות, וואָס מע האָט אַרויסגענומען פֿון דעם אויוון, האָט ער געזאָגט: „נאָך הונדערט… נאָך טויזנט זעלנער פֿון נאַפּאָלעאָנס חיל וועלן פֿאַלן‟. אין יענער בלוטיקער מלחמה זײַנען טאַקע געפֿאַלן טויזנטער און טויזנטער זעלנער, אָבער ניט נאָר פֿון נאַפּאָלעאָנס צד, נאָר אויך פֿון דעם רוסישן צד. הגם מאָסקווע האָט געברענט, האָט דער גרויסער אימפּעראַטאָר געמוזט מאַכן פּליטה. גראָד דעמאָלט, אויפֿן וועג קיין פּאַריז, דורך די רוסישע וועלדער און פֿעלדער, פֿאַרשנייט און פֿאַרפֿרוירן, האָט נאַפּאָלעאָן דערפֿילט, אַז דאָס קעלנערל פֿון דעם העמד, וואָס זײַן מאַמע האָט אים געגעבן, האָט אָנגעהויבן שוויצן. דאָס איז אָבער געווען נאָר דער אָנהייב פֿון נאַפּאָלעאָנס מפּלה. דער אמתער סוף פֿון זײַן ממשלה איז געקומען שפּעטער מיט עטלעכע יאָר, ווען ער האָט פֿאַרשפּילט זײַן לעצטע שלאַכט, בײַ וואָטערלו.