Vayter

אויס קריגערײַען אין ייִדישלאַנד?

No more conflicts in Yiddishland?

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share
אַ פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציע פֿון די אָנהענגער פֿון ייִוואָ־אויסלייג פֿאַר דער „פֿאָרווערטס”־רעדאַקציע אין 1970

מיט דרײַ־און־צוואַנציק יאָר צוריק זײַנען מיר, אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד (מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער וועט אַזאַ לאַנד פֿאַרשווינדן ווערן פֿון דער מאַפּע), געזעסן אויף אַ קאָנצערט אין עפּעס אַ גרויסן זאַל אין ירושלים. געוויזן האָט מען אונדז אַ טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג, וועלכע האָט אילוסטרירט די ייִדישע געשיכטע. אין דער דאָזיקער פֿאָרשטעלונג איז נאָך דעם עפּיזאָד פֿון, דאַכט זיך, בר־כּוכבאס אויפֿשטאַנד, געווען אַן עפּיזאָד פֿון גאָלדע מאירס קומען קיין מאָסקווע. אין צווישן איז אין דער ייִדישער געשיכטע, אַ פּנים, גאָרנישט ניט געשען.

איך בין זיכער, אַז באָריס סאַנדלער געדענקט עס אויך — מיר זײַנען צוזאַמען געזעסן אין יענעם זאַל. איך האָב שוין די דאָזיקע מעשׂה דערמאָנט אין עפּעס אַן אַרטיקל מיט אַ צײַט צוריק; איך קער זיך אָבער ווידער אום צו יענעם קאָנצערט. דאָס מאָל איז עס פֿאַרבונדן מיטן לייענען עטלעכע פֿרישע חסידישע צײַטשריפֿטן, וואָס מײַנע סטודענטן האָבן מיר געבראַכט.

די זשורנאַלן זײַנען אין גאַנצן אויף ייִדיש. אָבער אין זיי איז ניטאָ קיין ברעקל פֿון דעם, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן וועלטלעך אין מיזרח־אייראָפּע, אַ חוץ דער שפּראַך גופֿא, פֿאַרשטייט זיך. גלײַך ווי ס‘איז אין גאַנצן ניט געווען קיין ליטעראַטור, קיין טעאַטער, קיין קינאָ. אַלץ איז אויסגעמעקט געוואָרן, ווי אין יענעם קאָנצערט. אַ מין פּאָמפּיי — דאָס לעבן איז אויסגעברענט געוואָרן און האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך נאָר די ליידיקע פֿאָרעם.

אַ סבֿרא, אַז אין אַזאַ קולטורעלער וויסטעניש האָבן פֿרומע ייִדן ניט געלעבט אַפֿילו מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. איך האָב ניט לאַנג צוריק געלייענט אַן אַרטיקל אין „פֿאָרווערטס‟, געדרוקט אָנהייב 1940ער יאָרן. האָט דער מחבר, אַליין אַ געוועזענער ישיבֿה־בחור אין ליטע, געשריבן, אַז אין דער ניו־יאָרקער חסידישער ישיבֿה, וואָס ער האָט באַזוכט, האָט ער דערזען עפּעס אַ פֿאַרגאַנגעהייט, וועלכע איז אַפֿילו אין די שטרענגע ליטווישע ישיבֿות ניט געווען.

אָפֿט מאָל איז די סיבה פֿון פֿאַרשווײַגן די ייִדישע קולטור, אָדער זי באַגרענעצן נאָר מיט Yiddish Food צי נאָך עפּעס אַזוינס, ניט קיין אידעאָלאָגישע; עס קומט פּשוט פֿון אַ מין קולטורעלן בטלנות צי סתּם עם־הראצות, בפֿרט אין די „דזשויִשע‟ אויסגאַבעס. אַזעלכע קרענק קען מען היילן.

אַזוי צי אַזוי, אָבער דער שטח, וואָס בלײַבט אויסגעטיילט פֿאַר ייִדיש, ווערט אַלץ קלענער צווישן יענעם ירושלימער „קאָנצערט‟ און דער פֿרומקייט, וועלכע וואַרפֿט אָפּ די גאַנצע וועלטלעכקייט. מע דאַרף עפּעס טאָן. אונדזער מזל איז, אַז עס זײַנען נאָך דאָ אַ צאָל טעטיקע אָרגאַניזאַציעס און יחידים, וואָס טוען כּמעט אַן אוממעגלעכע זאַך — מע האַלט אײַן דעם דאָזיקן שטח.

אין קורצן וועט אַ ביסל אויסוואַקסן די באַפֿעלקערונג פֿון אונדזער „ייִדישלאַנד‟. איך מיין די פֿאַרשיידענע זומער־פּראָגראַמען. איך זע עס יאָר־אײַן יאָר־אויס, ווײַל עס קומען אָסיען־צײַט נײַע סטודענטן, וואָס האָבן זיך צערעדט און צעלייענט אין ייִוואָ, אָדער אין דעם ייִדישן ביכער־צענטער, אָדער אויף דער ייִדיש־פֿאַרם, און אַזוי ווײַטער. איך בין זיכער, אַז מײַנע אייראָפּעיִשע קאָלעגן פֿילן דאָס זעלבע אין שײַכות מיט די זומערשולן אין פֿראַנקרײַך, בעלגיע, ליטע, דײַטשלאַנד, ענגלאַנד און פּוילן. איך רעד שוין ניט וועגן דער תּל־אָבֿיבֿער פּראָגראַם, וועגן וועלכער מע דערציילט נאָר גוטע זאַכן.

כאַראַקטעריסטיש, אַז מע הערט שוין ניט וועגן די ווילדע קריגערײַען, וואָס האָבן זיך געפֿירט מיט אַ יאָר פֿופֿצן־צוואַנציק צוריק און שטאַרק געשטערט אין דער אַרבעט. איך מיין אַזעלכע „אָנגעווייטיקטע ענינים‟ ווי, ערשטנס, דער אויסלייג מיט אַ „שטומען אַלף‟ צי אָן אַ „שטומען אַלף‟ און, צווייטנס, (ניט דאָ געדאַכט) „דײַטשמעריזמען‟. ס‘רובֿ הײַנטיקע סטודענטן — גליקלעכע מענטשן! — האָבן אַזעלכע ווערטער אַפֿילו ניט געהערט. בכלל, זײַנען די קריגערײַען אַרויס פֿון דער מאָדע, גלײַך ווי אַלע האָבן אַ נדר געטאָן: „לאָמיר זיך ניט קריגן! עס זײַנען דאָ וויכטיקערע זאַכן!‟

מיר געפֿעלט עס, פֿאַרשטייט זיך. כאָטש צו מאָל הייב איך אָן צו טראַכטן, אַז אפֿשר איז עס אַ שלעכטער סימן, אַז מע קריגט זיך ניט, ווײַל דער ייִדישלאַנד־שטח איז אויסגעשעפּט געוואָרן, קיין ענערגיע איז דאָרטן ניט פֿאַרבליבן. די צײַט וועט אונדז אַנטפּלעקן דעם באַטײַט פֿון דעם דאָזיקן פּרעצעדענטלאָזן שלום־בית. צוריק גערעדט, אפֿשר האָב איך ניט געדאַרפֿט ניצן אַזאַ ריזיקאַליש וואָרט, ווי „פּרעצעדענטלאָז‟. פֿאָרט אַ דײַטשמעריזם.