ווי כ‘האָב שוין דערמאָנט, האָט מײַן באָבע, עלקע בת־יעקבֿ, געהאַט אַ וועלט מיט מעשׂיות, וואָס איך בין אויף זיי געווען אַ גרויסער בעלן. וועל איך איצט פּרוּוון איבערדערציילן נאָך איין מעשׂה, וואָס האָט געמאַכט אויף מיר אַ גרויסן רושם; אַזוי ווײַט, אַז אַ גאַנצע וואָך מיט אַ דאָנערשטיק פֿלעג איך זיך בײַ נאַכט אויפֿכאַפּן און זיך אַרומטאַפּן, צי איך בין, חלילה, ניט פֿאַרשטיינערט געוואָרן, ווי יענע ייִדן אינעם שטעטל זגוריצע.
און דער פֿאָדעם פֿון דער באָבעס מעשׂה ציט זיך אַזוי:
אין יענע ווײַטע צײַטן האָט געלעבט אַ ייִד מיטן נאָמען אַריה־לייב, איז ער געווען אַ גרויסער נע־ונדניק. ער פֿלעגט שטענדיק גיין פֿון דאָרף צו דאָרף, פֿון שטעטל צו שטעטל און זוכן נסים. איין מאָל איז ער געקומען קיין זגוריצע, אַ קליין בעסאַראַבער שטעטל, וואָס אין דער גרויסער וועלט האָט מען וועגן דעם קיין מאָל ניט געהערט.
ער גייט אַרײַן אינעם שטעטל, איז דאָרט קיינער ניטאָ, ווי עפּעס אַ מסוכּנער ווינט וואָלט אַלעמען, קליין און גרויס, אַרויסגעבלאָזן דורכן קוימען. גייט ער אַזוי איבער די געסלעך און ליקלעך, קוקט אַרײַן אין איין שטיבל — קיין לעבעדיקער דעך הערט זיך ניט. קיין פֿײַערל ברענט ניט אינעם אויוון, כאָטש די טעפּלעך שטייען פֿול מיט מאכלים־טובֿים, אָבער קאַלט, קיין האַנט האָט זיך צו זיי ניט צוגערירט. ער גייט אַרײַן אין אַ צווייטער שטוב — ווידער דאָס זעלבע: אויפֿן טיש שטייען פֿאַרשיידענע ווײַנען, כּלערליי געבעקסן: שטראָדלען, פֿלאָדן, לעקעך און קיכלעך, אָבער קיין לעבעדיקער נפֿש איז ניטאָ.
אַזוי איז אַריה־לייב, נעבעך, אַרומגעגאַנגען דאָס גאַנצע שטעטל און אַלע שטיבלעך, נאָר האָט קיין מענטש ניט געטראָפֿן. טאַקע אַ וווּנדער! האָט ער זיך איבערגעקלערט און איז אַרײַנגעגאַנגען אין שיל אַרײַן. זעט ער, אַז די שיל איז פֿול געפּאַקט מיט מענטשן. זיי שטייען אויף אַן אָרט, אײַנגעהילט אין די טליתים און טוען זיך אַפֿילו קיין ריר ניט.
גייט אַריה־לייב צו צו איינעם אַ ייִד און פֿרעגט אים: „וואָס שטייט איר אַלע אַזוי אין שיל?‟ יענער שווײַגט, אַפֿילו קיין פּיפּס ניט אַרויסגעלאָזט און קיין פּינטל ניט געטאָן מיט אַן אויג. גייט שוין אַריה־לייב צו צו אַן אַנדער ייִד און באַשווערט אים צו אַנטפּלעקן דעם סוד, וואָס זיי שטייען דאָ אין שיל און רירן זיך ניט פֿון אָרט.
האָט אים דער ייִד געענטפֿערט, אַז זינט לאַנגע יאָרן זײַנען זיי געגאַנגען יום־כּיפּור צו כּל־נדרי דאַוונען, און אַזוי ווי זיי זײַנען געשטאַנען אויף די פֿיס בײַ כּל־נדרי, אַזוי זײַנען זיי אַלע, די ווײַבער און קינדער, אָפּגעשטאַנען אַ גאַנצע נאַכט און אַ גאַנצן טאָג — געדאַוונט און געבעטן גאָט. ווען ס‘איז געקומען נאָך נעילה, האָבן שוין אַלע דערפֿילט, אַז זיי האָבן געשמאַק געדאַוונט און קענען איצט עפּעס פּועלן. האָבן זיי זיך אַלע, דער גאַנצער עולם פֿונעם שטעטל, אײַנגעשפּאַרט, אַז זיי וועלן אַנדערש ניט אַרויסגיין פֿון דער שיל, סײַדן דער משיח וועט קומען און זיי פֿון דאָ אַוועקפֿירן.
„איז געוואָרן אין הימל אַ גרויסער רעש און טומל, — האָט דער זגוריצער ייִד דערציילט ווײַטער, — ווײַל ס‘איז נאָך דעמאָלט ניט געווען די צײַט, אַז משיח זאָל קומען. האָט מען אַרויסגעגעבן אַ פּסק, אַז אַזוי ווי דער גאַנצער עולם וויל ניט אַרויסגיין פֿון דער שיל, סײַדן דער משיח וועט קומען און אַלעמען פֿון דאָ אַרויספֿירן, זאָל די גאַנצע קהילה־קדושה שטיין אַזוי אין די טליתים, ווי פֿאַרשטיינערט געוואָרן, ביז משיח וועט, סוף־כּל־סוף, מוזן קומען. אַזוי שטייען מיר אַ גאַנצע וואָך שטיל, נאָר פֿרײַטיק צו נאַכטס ווערן אַלע אויפֿגעוועקט און זײַנען מקבל שבת…‟
דער ייִד איז אַנטשוויגן געוואָרן, ווידער פֿאַרטיפֿט אינעם וואַרטן אויף משיחן, ווי אַלע אַנדערע זײַנע זגוריצער בני־עיר. אַריה־לייב האָט אויסגעהערט די גאַנצע מעשׂה, זיך אַ גלעט געטאָן זײַן בערדל, ווי זײַן שטייגער איז, ווען ער בלײַבט צופֿרידן, און זיך ווײַטער געלאָזט אין וועג אַרײַן, זוכן נײַע נסים.
„אפֿשר שטייען זיי נאָך הײַנט אויך אין דער שיל?‟ — האָב איך, געדענקט זיך, געפֿרעגט מײַן באָבען.
„ניין… — האָט זי אַ זיפֿץ געטאָן, — דאָס גאַנצע שטעטל זגוריצע איז פֿאַרברענט געוואָרן אין די ערשטע מלחמה־טעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.