Vayter

אומגעריכטער קוואַל פֿון דער פּאַרטיזאַנער הימנע

Surprising Source for the Partisan Hymn

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

צווישן די טעמעס, מיט וועלכע איך באַשעפֿטיק זיך, איז דאָ אויך אַזאַ: די קאָזאַקן — בפֿרט, אין דעם ייִדיש-סאָוועטישן קאָנטעקסט. און וועגן דעם האָב איך שוין, דאַכט זיך, אַ פּאָר מאָל געשריבן אין דער צײַטונג. אָט-אָט וועלן אַרויסגיין אַ פּאָר אַרבעטן מײַנע, אויף רוסיש און ענגליש, טאַקע וועגן דעם, ווי אַזוי סײַ סאָוועטיש-ייִדישע (ווי אויך טיילמאָל בײַ ציוניסטישע) אידעאָלאָגן האָט זיך אַנטוויקלט אַזאַ מאַנקאָליע — אַז ייִדן האָבן געמוזט נאָכמאַכן די „העלדישע קאָזאַקן‟.

צוליב וואָס האָט מען עס געדאַרפֿט טאָן? ווײַל מע האָט געגלייבט באמונה-שלמה, אַז אַ ייִד, וואָס איז בראַוו און פֿעיִק ווי אַ קאָזאַק, וועט אַרויסרופֿן דרך-ארץ אַפֿילו בײַ דעם זעלבן קאָזאַק. און שוין — אויס אַנטיסעמיטיזם. ס׳איז וויכטיק געווען אויך, אַז די קאָזאַקן האָט מען בערך מיט צוואַנציק יאָר נאָך דער רעוואָלוציע רעהאַביליטירט. מע האָט געזאָגט, אַז דאָס זײַנען שוין ניט די זעלביקע קאָזאַקן, וועלכע האָבן געהאַט זיך געשלאָגן קעגן דער סאָוועטישער מאַכט, נאָר דאָס זײַנען שוין וווילע סאָוועטישע לײַט. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט מען זיי אָנגעהויבן אַרײַננעמען אין דער רויטער אַרמיי, וווּ עס האָבן זיך אַפֿילו באַוויזן באַזונדערע קאָזאַקישע דיוויזיעס.

דערווײַל האָט דער סאָוועטישער קאָזאַק געמוזט זיך אין גאַנצן אויסהיילן פֿון אַנטיסעמיטיזם. אַזוי האָבן געהאַלטן די סאָוועטישע אידעאָלאָגן. און זיי — די אידעאָלאָגן — האָבן גענומען טראַכטן, ווי אַזוי צו ווײַזן די נײַע, ייִדיש-קאָזאַקישע פֿרײַנדשאַפֿט. אַז מע טראַכט זיך אַרײַן, טראַכט מען עפּעס צו. האָט מען, בפֿרט, אָרגאַניזירט פֿאַרמעסטן צווישן ייִדן און קאָזאַקן. און וועגן דעם האָט די סאָוועטישע פּרעסע אַ סך געשריבן. אַ פֿילם האָט מען געמאַכט, „די גליקן-זוכערס‟, וואָס איז געווען, אין תּוך אַרײַן, וועגן ביראָבידזשאַן. אָבער צום סוף פֿונעם פֿילם שפּילט מען אַן אינטערנאַציאָנאַלע חתונה צווישן אַ היגן קאָזאַק און אַ נײַ-אָנגעקומענער ייִדישער פֿרוי.

דאָס אַלץ האָב איך שוין לאַנג געוווּסט. אָבער איך האָב ביז לעצטנס אַפֿילו ניט געטראַכט, אַז די קאָזאַקישע מעשׂה האָט אַ שײַכות צו הירש גליקס ליד „זאָג ניט קיינמאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג‟, אָנגעשריבן מיט 70 יאָר צוריק אין דעם ווילנער געטאָ. ווי מיר ווייסן, איז דאָס ליד געוואָרן ברייט באַקאַנט ווי דער הימען פֿון ייִדישע פּאַרטיזאַנען. קיין קאָמפּאָזיטאָר איז הירש גליק ניט געווען. די פּאָעטישע שורות האָט ער צוגעפּאַסט צום ניגון פֿון אַ סאָוועטיש זינגליד, וואָס דמיטרי פּאָקראַס האָט געהאַט געשאַפֿן פֿאַרן פֿילם „איך בין אַ זון פֿונעם האָרעפּאַשנעם פֿאָלק‟.

און דאָס איז אויך פֿאַר מיר קיין נײַעס ניט געווען. די זאַך איז, אָבער, אַז דעם דאָזיקן פֿילם האָב איך קיין מאָל ניט געזען. דערצו איז מיר ניט אײַנגעפֿאַלן אַרײַנצוקוקן אין די ווערטער, וועלכע עס האָט אָנגעשריבן דער רוסישער דיכטער אַלעקסיי סורקאָוו. צום ערשטן מאָל האָב איך זיי דערזען נאָר מיט אַ וואָך צוריק, בעת אַ קאָנפֿערענץ, ווען אין איינעם פֿון די רעפֿעראַטן איז באַהאַנדלט געווען די געשיכטע פֿון גליקס ליד. נאָר דעמאָלט האָב איך דערזען, אַז דאָס רוסישע ליד איז געווען אַ לויב-געזאַנג די קאָזאַקן, וועלכע האָבן געדינט אין דער רויטער אַרמיי.

עס שײַנט מיר, אַז גליק האָט גאָר ניט צופֿעליק אויסגעקליבן אַזאַ ליד ווי אַ פּראָטאָטיפּ פֿאַרן פּאַרטיזאַנער הימען. משמעות האָט ער אויך געחלומט צו זען די אָנטיילנעמער פֿון דעם ייִדישן ווידערשטאַנד אַזוי שטאַרק, ווי די קאָזאַקן.