מיט אַ וואָך צוריק איז פֿאָרגעקומען צום ערשטן מאָל די פּראָגראַם „ייִדיש סקול‟ (YiddishSchool) בײַם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס.
„ייִדיש סקול‟ איז אַ נײַע וואָך־לאַנג אינטענסיווע פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור פֿאַר דערוואַקסענע .די חבֿרים און מיטגלידער פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָבן שוין לאַנג געבעטן אַזאַ פּראָגראַם: ביז אַהער האָט דער צענטער געהאַלטן פֿאַרשיידענע קורסן פֿון ייִדיש נאָר פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן, בפֿרט די „סטײַנער זומער ייִדיש פּראָגראַם‟, וואָס עקסיסטירט שוין מער ווי 30 יאָר. „ייִדיש סקול‟ איז דעם צענטערס ערשטע פּראָגראַם פֿון ייִדיש פֿאַר דערוואַקסענע וואָס זײַנען נישט קיין אוניווערסיטעט־סטודענטן (הגם זיי זײַנען לעבנסלאַנג תּלמידים פֿון לעבן און וויסן).
די פּראָגראַם האָט זיך אָנגעהויבן זונטיק דעם 16סטן מאַרץ און האָט זיך געענדיקט פֿרײַטיק דעם 21סטן. ווי באַלד דער ערשטער טאָג פֿון „ייִדיש סקול‟ איז געווען פּורים, האָט דער צענטער אָרגאַניזירט לכּבֿוד דעם יום־טובֿ אַ פּורים־שפּיל, „פּורים־שמורים‟, מיט באַרימטע קינסטלערס פֿון דער ייִדיש־וועלט: שיין בײקער, דער שטערן פֿון הײַנטצײַטיקן ייִדישן וואָדעוויל; די וווּנדערלעכע אַקטיאָרן יעלענאַ שמולענסאָן און אַלען ריקמאַן און דער פּיאַניסט סטיוו סטערנער.
די ווײַטערדיקע טעג האָבן די אָנהייבער צווישן די 40 סטודענטן זיך געלערנט ייִדיש בײַ אַסיאַ ווײַסמאַן שולמאַנען, און די מיטעלע — בײַ יורי וועדעניאַפּינען. די עלטסטע סטודענטקע איז געווען 91 יאָר אַלט (ביז 120!). די סטודענטן זײַנען געקומען פֿון פֿאַרשיידענע שטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿון קאַנאַדע, און שטאַמען פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, ווי מאָראָקאָ, ליטע, דרום־אַפֿריקע און קובע. אין דער פֿרי האָבן זיי זיך געלערנט ייִדיש, און נאָך מיטאָג האָבן זיי געהאַט די מעגלעכקייט צו הערן רעפֿעראַטן: חסיה דײַנער האָט גערעדט וועגן ייִדישער געשיכטע, סעט רעגאָוווי וועגן ייִדישער מוזיק, אהרן לאַנסקי וועגן ייִדישער ליטעראַטור, און דעבראַ קאַפּלאַן וועגן ייִדישן טעאַטער. די סטודענטן האָבן אויך זיך באַטייליקט אין אַ צאָל וואַרשטאַטן: געשיכטע שבעל־פּה, ייִדישער טעאַטער, איבערזעצונג פֿון ייִדישער ליטעראַטור, אַ ייִדיש־זינגערײַ און טענץ.
בײַם סוף פֿון דער פּראָגראַם זײַנען די סטודענטן געווען אַזוי באַגײַסטערט מיט אַלץ וואָס זיי האָבן זיך געלערנט, אַז אַ סך האָבן געפֿרעגט: „נו, ווען קענען מיר צוריקקומען?“. זיי דאַרפֿן זיך אָבער פֿאַרמעסטן מיט די 70 מענטשן, וואָס זײַנען שוין אײַנגעשריבן און וואַרטן אויפֿן אָננעם.
ווילט איר וואָס מער וויסן וועגן דער פּראָגראַם? באַזוכט //www.yiddishbookcenter.org, שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט נינאַ פּאַליזאַנאָ npalisano@bikher.org אָדער קלינגט 413-256-4900, ext. 143
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.