די פּטירה פֿון אַרקאַדי גענדלער די וואָך לאָזט איבער אַ לאָך אינעם האַרצן פֿון טויזנטער ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן ליד איבער דער וועלט בכלל, און אין מיזרח־אייראָפּע בפֿרט. ווי יואל מאַטוועיעוו האָט באַשריבן אין זײַן נעקראָלאָג, וואָס איז נעכטן דערשינען אינעם „פֿאָרווערטס‟ האָט גענדלער געהאַט אַ ריזיקע השפּעה ניט בלויז ווי אַ גלענצנדיקער פֿאָלקסזינגער, נאָר אויך (און בפֿרט) ווי אַ שפּראַכלערער, עטנאָמוזיקאָלאָג און וועגווײַזער פֿאַר דורות מוזיקער. ער איז, אין איינעם מיט לעאָפּאָלד קאָזלאָווסקי, וואָס טרעט נאָך אַלץ אויף צו 99 יאָר, געווען די סאַמע לעצטע לעבעדיקע בריק אין מיזרח־אייראָפּע צו דער פֿאַרמלחמדיקער ייִדישער מוזיק.
אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון גענדלערס לעבן און די קולטורעלע ירושה וואָס ער האָט אונדז געירשנט וועל איך איבערלאָזן פֿאַר אַנדערע. איך וויל דאָ בלויז מפֿרסם זײַן אַ ריי ווידעאָס, אין וועלכע גענדלער זינגט אויף דער בינע, ווי אויך אַ פּרעכטיקן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן זײַן לעבן, אין וועלכן ער רעדט אויף זײַן היימישן בעסעראַבער ייִדיש.
אין 2007 האָט דער „רעפּ‟־זינגער דזשאַש דאָלגין, בעסער באַקאַנט ווי DJ Socalled, אָרגאַניזירט אַ „קרוז‟ פֿאַר קלעזמער־מוזיקער און אָנהענגער פֿון דער ייִדישער מוזיק וואָס איז דורכגעפֿאָרן דעם טײַך דניעפּער. דער שטערן פֿונעם אַרויספֿאָר איז געווען אַרקאַדי גענדלער. אויבן זינגט ער אויפֿן שיף זײַן באַקאַנטן נוסח פֿונעם ליד „קאַרטאָפֿליעס‟.
ראָמאַן גרינבערג, דער דירעקטאָר פֿונעם ווינער ייִדישן כאָר, האָט נאָענט געאַרבעט מיט גענדלערן במשך פֿון צענדליקער יאָרן. אָט זינגט גענדלער, צוזאַמען מיטן כאָר, דאָס ליד „אַז מיר זענען צום רבין געפֿאָרן‟.
אַרקאַדי גענדלער איז ניט נאָר געווען אַן אויסערגעוויינטלעכער פֿאָלקסזינגער, נאָר אויך איינער פֿון די לעצטע שאַפֿער פֿון נײַע לידער פֿונעם פֿאַרמלחמידיקן דור. אָט זינגט ער זײַן אויטאָביאָגראַפֿיש ליד „די הוידלקע‟ אין ווין. אויף דער פּיאַנע באַגלייט אים ראָמאַן גרינבערג.
אַרקאַדי גענדלער האָט ניט בלויז געזונגען לידער אין אַ פֿאָלקסישן סטיל, נאָר אויך קאָמפּאָנירט קונסט־לידער. אָט איז אַ פּרעכטיק ליד וואָס ער האָט געשאַפֿן לזכר זײַנע חבֿרים, וואָס זענען געפֿאַלן קעמפֿנדיק מיט אים אין דער סאָוועטישער אַרמיי, און לכּבֿוד זײַנע פֿרײַנד, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַמעריקע און ישׂראל.
אָט זינגט ער מאָריס ראָזענפֿעלדס חנוכּה־ליד „אוי איר קליינע ליכטעלעך‟.
אין 2009 האָט די עסטרײַכישע טעלעוויזיע־סטאַנציע ORF 2 געשאַפֿן אַ פּרעכטיקן דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן אַרקאַדי גענדלערן מיטן נאָמען „אַ ביסעלע גליק‟. כאָטש ס׳רובֿ פֿונעם דיאַלאָג איז אויף דײַטש, רעדט גענדלער אין זײַן היימישן בעסעראַבער ייִדיש. ספּעציעל כּדאַי צו זען איז די סצענע, אין וועלכער ער לערנט קינדער ייִדיש דורך אַ געמיש פֿון זײַנע לידער און פֿיזישע געניטונגען.
אָט איז דער רעשט פֿונעם פֿילם „אַ ביסעלע גליק‟:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.