אוּווע פֿאָן זעלטמאַן און זײַן פֿרוי גאַבריעלאַ, די פֿילם־רעזשיסאָרן וואָס האָבן געשאַפֿן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „באָריס דאָרפֿמאַן — אַ מענטש‟ אַרבעטן איצט אויף אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם איבער דעם לעבן, שאַפֿן און קולטורעלער ירושה פֿון מרדכי געבירטיג ז״ל.
לעצטנס האָבן זיי, לזכר דעם 75סטן יאָרטאָג פֿון געבירטיגס מאָרד אינעם קראָקאָווער געטאָ, אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב אַ ווידעאָ, אין וועלכן דניאל קאַהן שטעלט פֿאָר געבירטיגס ליד „דער זינגער פֿון נויט“. דאָס ליד האָט געבירטיג אָנגעשריבן אין 1918, צו 41 יאָר. ס׳איז מערקווערדיק, אַז להיפּוך צו אַנדערע באַקאַנטע לידער־שרײַבער, האָט געבירטיג אָנגעשריבן ס׳רובֿ פֿון זײַנע טעקסטן ווען ער איז שוין געווען אין די 40ער און 50ער יאָרן. דאָס דאָזיקע ליד איז געווען צווישן זײַנע ערשטע שאַפֿונגען וואָס מע האָט געדרוקט.
דאָס ליד ווערט דאָ געזונגען אינעם בנין, וווּ מרדכי געבירטיג האָט געוווינט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.