Oyneg Shabes

בוימל־בייגל פֿון אוקראַיִנע

Oil Bagels from Ukraine

  • Print
  • Share Share

צווישן די אַזוי־גערופֿענע „רוסישע‟ ייִדן אין ברוקלין געפֿינט מען זייער אַ סך עלטערע לײַט, וואָס רעדן אַ פּרעכטיקן מאַמע־לשון פֿון דער היים. דער מוזיקער זיסל סלעפּאָוויטש פֿירט אָן מיט אַ ייִדישן שמועס־קרײַז בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אין בענסאָנהיורסט, ברוקלין, אין וועלכן ער רעדט אַרום פֿאַרשידענע טעמעס אויף מאַמע־לשון מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה און זייערע קינדער.

אויבן קען מען זען ווי דינה שנײַדערמאַן פֿון בערשאַד, אוקראַיִנע דערציילט וועגן דער טראַדיציע אין איר משפּחה צו באַקן „בוימל־בייגלעך‟ אום ל׳׳ג בעומר און וואָס דאָס האָט בײַ זיי באַטײַט.

און אָט קען מען זען ווי דינה שנײַדערמאַן און דינה קײַסטער פֿון לוצין, לעטלאַנד, ווײַזן פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייערע קינדער־יאָרן. אין איין בילד, למשל, זעט מען ווי דינה שנײַדערמאַן איז פֿאַרשטעלט ווי אסתּר המלכּה.