Oyneg Shabes

דזשיגאַן בײַם פּסיכיאַטער

Dzigan at the Psychiatrist

  • Print
  • Share Share

נאָכן פֿריצײַטיקן טויט פֿון זײַן לאַנג־יאָריקן קאָמעדיע־שותּף ישׂראל שומאַכער אין 1961 איז שמעון דזשיגאַן ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט זײַן קאַריערע אין ישׂראל. ניט געקוקט אויף די שוועריקייטן פֿון אַ ייִדיש־שפּראַכיקן קאָמיקער אינעם ייִדישן לאַנד, איז דזשיגאַן געבליבן אַ באַליבטע פּערזענלעכקייט צווישן די ייִדישע מאַסן, און ניט בלויז די ייִדיש־רעדנדיקע, נאָר אין דער ברייטערער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט בכלל. ווי אַן אָנערקענונג פֿון זײַן סטאַטוס האָט די ישׂראלדיקע טעלעוויזע אים געשאָנקען די געלעגנהייט צו מאַכן אַ ספּעציעלע טעלעוויזע־פּראָגראַם, די ערשטע און איינציקע אויף ייִדיש אין דער ישׂראלדיקער געשיכטע.

די פּראָגראַם, אַ פּאַראָדיע פֿון דער אַמעריקאַנער Tonight Show מיט דזשאָני קאַרסאָן, האָט פֿאָרגעשטעלט די בעסטע ייִדישע קאָמעדיאַנטן פֿון דער תּקופֿה און די פּאָפּולערע זינגערין חוה אַלבערשטיין ווי דער מוזיקאַלישער גאַסט. מע האָט בלויז געמאַכט איין עפּיזאָד, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט מיט אַ פֿאַרשפּעטיקונג, כּדי מע זאָל קענען צושטעלן העברעיִשע אונטערקעפּלעך.

אין דער דאָזיקער סצענע טרעפֿט זיך אַ פּאַציענט (דזשיגאַן) מיט אַ פּסיכיאַטער (גדעון זינגער), וואָס איז דווקא אַ סך מער משוגע פֿון אים.