הערט זיך צו ווי די אַקטריסע שׂרה בלאַכער־רעטער לייענט פֿאָר די דערציילונג. די רעקאָרדירונג האָט געמאַכט דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט ווי אַ טייל פֿונעם פּראָיעקט „וועלט פֿון ייִדיש‟.
בײַ נאַכט איין מאָל האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט אין דעם ענג־געפּאַקטן טונקעלן און שווער־שנאָרכנדיקן וואַגאָן. איך האָב אים גלײַך דערזען זיצן אַקעגן מיר אויף דער באַנק און איך האָב אים גלײַך דערקענט. דאָס איז געווען ער, דער אַלט־באַקאַנטער נאַכט־ייִד, וואָס שטענדיק, אַז ער פֿאָרט מיט דער באַן, קאָן ער ניט שלאָפֿן בײַ נאַכט, און אַז ער קאָן ניט שלאָפֿן בײַ נאַכט, נודעט ער, און אַז ער נודעט, זוכט ער עפּעס בײַ יעדן אין די אויגן און מאָנט עפּעס יעדן בײַ דער נשמה, מאָנט שטום, נאָר נאָגנדיק און אָן אַן אויפֿהער.
„יונגערמאַן‟, — האָט ער אויף מיר באַלד אַ וואָרף געטאָן זײַנע וואַסערדיקע אייביק אומעטיקע אויגן, — „וווּהין פֿאָרט איר, יונגערמאַן?‟
דערבײַ האָט זײַן קול אָפּגעקלונגען אין מײַנע אויערן אַזוי זויערלעך און אַלט־אַלט, עלטער פֿון דער צײַט, וואָס איך געדענק. און ווײַל ער האָט מער צו מיר ניט גערעדט, האָט זיך געדאַכט, אַז ניט ער האָט דאָס קול פֿון זיך אַרויסגעלאָזט, ס׳טראָגט זיך פֿון ערגעץ ווײַט און עס פֿאָדערט דין וחשבֿון:
„יונגערמאַן, וווּהין פֿאָרט איר ערגעץ, יונגערמאַן?‟
און, אַז איך האָב דאָס צווייטע מאָל אַן עפֿן געטאָן די אויגן אינעם טונקעלן, שווער־שנאָרכנדיקן וואַגאָן, איז דער צוג נאָך אַלץ געלאָפֿן איבער שוואַרצע זומפּן אין וויסטע וואַסערדיקע פֿעלדער, און די נאַכט האָט נאָך אַלץ געשמיסן מיט רעגנטרערן אָן די פֿענסצער, און אינעם ווײַטן וואַגאָנווינקל האָט נאָך אַלץ געצאַנקט דאָס ליכט, געהאַלטן אין איין צאַנקען און אויסגיין. קעגנאיבער דעם דינעם טירווענטל, וואָס פֿירט אין דער צווייטער וואַגאָן־אָפּטיילונג, האָט זיך לאַנג און אָן אויפֿהער געריסן אַ געוויקלט וויגקינד. און דאָ לעבן וואַכנדיקן נאַכט־ייִדן, וואָס אַקעגן מיר אויף דער באַנק, איז שוין געזעסן אַ רויטבאַקיקער בחור אין אַ לײַבל און אין שטיוול, און אויך אָט דעם בחור, האָט זיך מיר געדאַכט, קען איך שוין פֿון לאַנג. שטענדיק הייבט אים אויף פֿון זײַן אײַנגעזעסן אָרט עפּעס אַן אומגליק, וואָס האָט מיט אים געטראָפֿן, און שטענדיק הערן אים מענטשן אויס; זיי קוקן מיט רחמנות אין זײַן פּנים און שווײַגן. נאָר בעת זיי קוקן אַזוי מיט רחמנות אין זײַן פּנים און שווײַגן, באַמערקן זיי דערווײַל, אַז ער איז בטבֿע אַ גוטער, און זאָגן צו אים:
„יונגערמאַן‟, — זאָגן זיי צו אים, — „כאַפּ זיך, זײַ מוחל, אַראָפּ און פּאַרע אונדז אָפּ אַ טשײַניקל טיי‟.
איצט האָט שוין דער בחור געהאַט אויסדערציילט דעם וואַכנדיקן נאַכט־ייִדן וועגן אַלע אומגליקן, וואָס האָבן מיט אים געטראָפֿן:
„דערצו קאָן איך נאָך ניט שלאָפֿן‟, — האָט ער זיך שטיל געקלאָגט, — „און וואָס טוט מען, וואָס טוט מען אין אַזאַ לאַנגער נאַכט?‟
„וואָס טוט מען?‟
דער פֿאַרנודעטער נאַכט־ייִד האָט ניט פֿאַרשטאַנען:
„וואָס הייסט, וואָס טוט מען?‟
ער האָט לאַנג געזוכט עפּעס בײַם רויטבאַקיקן בחור אין די אויגן און אים לאַנג עפּעס געמאָנט בײַ דער נשמה.
„וואָס זאָלסטו טאָן?‟ האָט ער שטיל איבערגעחזרט און זײַן קול האָט דערבײַ ווידער אָפּגעקלונגען מאָנאָטאָניש, זויערלעך און אַלט־אַלט, עלטער פֿון דער צײַט, וואָס איך געדענק.
„קוק אַרײַן אין אַ ספֿר‟, — האָט ער געזאָגט, — „לערן…‟
„קען איך אָבער נישט‟, האָט זיך דער בחור געקלאָגט.
„קענסט נישט?‟
דער ייִד האָט זיך פֿאַרטראַכט:
„קענסט נישט, טאָ זאָג מיר נאָך וואָרט אין וואָרט. זאָג:
„אין אָנפֿאַנג איז געווען די ערד לער און וויסט, און דער אָפּגרונט — חושך, און גאָטס גײַסט האָט אַרומגעשוועבט די וואַסערן‟.
„אין אָנפֿאַנג‟, — האָט דער בחור נאָכגעזאָגט, — „איז געווען די ערד לער און וויסט, און דער אָפּגרונט — חושך, און גאָטס גײַסט האָט אַרומגעשוועבט די וואַסערן‟.
אַרום און אַרום איז דער שווער לויפֿנדיקער פֿאַרטונקלטער וואַגאָן נאָך אַלץ געווען פֿול מיט שנאָרך און בלאָזערײַ פֿון די, וואָס בײַ דעם שײַן פֿונעם צאַנקענדיקן ליכט שלאָפֿן זיי אין דרײַ פֿאַכן, איינער העכער פֿונעם צווייטן. פֿאַרשוויצטע פּנימער האָבן זיך אַרויסגערויטלט ווי פֿון אַ געשווילעכץ, באַקן האָבן זיך געבלאָזן, נעזער האָבן געפֿײַפֿט, און אַלץ אויף פֿאַרשיידענע שטייגערס. געווען איז אַ פֿײַף אַ געזעצטער, אַ לײַטישער, אַ פֿײַף, וואָס איז גאָט די נשמה שולדיק און האָט בדעה צו זאָגן:
„נו יאָ, איך שלאָף… אַוודאי שלאָף איך…‟
געווען איז אַ פֿײַף אַ ייִאושדיקער, וואָס לאָזט זיך אויף הפֿקר:
„איך שלאָף, וואָרום ס׳איז אַ תּוהו־ובֿוהו־וועלט… אַ תּוהו־ובֿוהו־וועלט…‟
געווען איז אויף אַ פֿײַף אַ געציקלטער, וואָס פֿאַרדרייט זיך ווי אַ „תּביר‟ און פֿרעגט אַ קשיא:
„וואָס זשע וועט שוין דאָ זײַן?… אַז אַלע וועלן שלאָפֿן, וואָס זשע וועט דאָ זײַן?‟
און אַ פֿײַף אַ שטאַרקערער, וואָס וויל פֿון גאָרנישט ניט וויסן און וואָרנט:
„וועקן ניט, ס׳וועט ניט העלפֿן‟.
און צווישן אָט דעם שנאָרכן און פֿײַפֿערײַ האָט דער רויטבאַקיקער בחור נאָכגעזאָגט דעם פֿאַרנודעטן נאַכט־ייִדן וואָרט אין וואָרט, ווי אַזוי גאָט האָט באַשאַפֿן הימל און ערד, זון און שטערן, טאָג און נאַכט, שרצים און חיות, עופֿות, גרעזער און מענטשן; ווי אַזוי דער שלאַנג איז געווען קלוג, און די שלעכטיקייט פֿון מענטשן האָט זיך געמערט, און גאָט האָט זיך באַדענקט, וואָס ער האָט דעם מענטשן באַשאַפֿן. גאָט האָט געזאָגט:
„איך וועל אָפּמעקן פֿון דער ערד אַלץ, אַלץ, פֿונעם מענטשן, וואָס איך האָב באַשאַפֿן, ביז אַ שרץ, און אַן עוף, וואָס אין דער הייך. וואָרום איך האָב זיך באַדענקט, וואָס איך האָב זיי באַשאַפֿן‟.
און פּלוצעם… פּלוצעם איז בײַם פֿאַרנודעטן נאַכט־ייִדן אויסגעוואַקסן עפּעס איינער אַ מענטש, וואָס הייסט נח.
„חזר איבער וואָרט בײַ וואָרט‟, האָט ער געזאָגט צום רויטבאַקיקן בחור. „זאָג:
„און נח, האָט געפֿונען חן אין די אויגן פֿון גאָט‟.
„און נח‟, — האָט דער בחור נאָכגעזאָגט, — „האָט געפֿונען חן אין די אויגן פֿון גאָט‟.
אַרום און אַרום איז נאָך אַלץ געשטאַנען די געשמאַקע און שווערע שנאָרכערײַ, דער צוג איז נאָך אַלץ געלאָפֿן איבער שוואַרצע זומפּן און וויסטע וואַסערדיקע פֿעלדער, און די נאַכט האָט נאָך אַלץ געשמיסן מיט רעגנטרערן אין די פֿענסצער. ניט געשלאָפֿן זײַנען נאָר איך, דער פֿאַרנודעטער נאַכט־ייִד און דער רויטבאַקיקער בחור, וואָס אינעם לײַבל און אין די שטיוול. דער ייִד מיטן בחור זײַנען געזעסן, ווי פֿאַרגליווערטע, און זיך געקוקט איינער דעם צווייטן אין די פּנימער, און איך בין געלעגן און געטראַכט:
„אַ גוט וואָרט: און נח האָט געפֿונען חן, ס׳האָט מציל געווען די וועלט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.