הירשעלעס טאַטע האָט געבראַכט אַהיים אַ נײַ בילד און דאָס אויפֿגעהאָנגען אויף דער וואַנט לעבן הירשעלעס בילד. האָט הירשעלע געקוקט און געקוקט אויפֿן בילד און האָט ניט געוווּסט, וואָס פֿאַר אַ מאָדנע חיה איז דאָס אויסגעמאָלט אויפֿן בילד. ער האָט נאָך אַזאַ חיה קיינמאָל אין זײַן לעבן ניט געזען און אויך ניט געהערט.
פֿרעגט הירשעלע בײַם טאַטן:
— טאַטע, וואָס איז דאָס?
ענטפֿערט דער טאַטע:
— אַ הירשעלע איז דאָס, מײַן קינד! זאָל דאָס הענגען לעבן דײַן בילד, וועלן זײַן צוויי הירשעלעך.
פֿרעגט הירשעלע ווײַטער בײַם טאַטן:
— און וואָס איז דאָס פֿאַר אַ ביימער בײַם הירשעלע אויפֿן קאָפּ?
ענטפֿערט דער טאַטע:
— ניין, מײַן קינד! דאָס איז ניט קיין ביימער, נאָר הערנער. הערנער אַזוי ווי דערנער. קיין ביימער וואַקסן ניט אויף די קעפּ, נאָר הערנער. ביימער וואַקסן אויף דער ערד.
איז הירשעלען זייער געפֿעלן געוואָרן דאָס הירשעלע, וואָס אויפֿן בילד, און אים האָט זייער געפֿרייט, וואָס דאָס בילד פֿונעם הירשעלע הענגט אויף דער וואַנט לעבן זײַן בילד, און ער האָט דערנאָך פֿאַר אַלע קינדער אין דרויסן דערציילט, אַז זײַן טאַטע האָט געקויפֿט אַ הירשעלע מיט הערנער אַזוי ווי דערנער.
אין אָוונט האָט הירשעלע געזאָגט „אַ גוטע נאַכט“ דעם הירשעלע מיט די הערנער ווי די דערנער און איז געגאַנגען שלאָפֿן. און ער האָט אָנגעזאָגט דעם הירשעלע פֿון זײַן בילד, אַז ער זאָל היטן דעם הירשעלע מיט די הערנער ווי די דערנער, ער זאָל ניט אַנטלויפֿן.
הירשעלע איז אײַנגעשלאָפֿן, און דערנאָך זענען אַלע אין שטוב געגאַנגען שלאָפֿן. און די צוויי בילדער פֿון די צוויי הירשעלעך זענען געבליבן אַזוי הענגען אויף דער וואַנט. רופֿט זיך אָן דאָס הירשעלע מיט די הערנער ווי די דערנער צו הירשעלע דעם ייִנגעלע, וואָס לעבן אים אויפֿן בילד:
— שלאָפֿסט, הירשעלע?
ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע:
— ניין, איך שלאָף ניט. דאָס שלאָפֿט דאָרטן דאָס ייִנגעלע אין בעטעלע, אָבער ניט איך, וואָס הענגט אויף אַ דרעטעלע.
זאָגט דאָס הירשעלע מיט די הערנער ווי די דערנער.
— ווייסט וואָס, ייִנגעלע? אַלע אין הויז שלאָפֿן דאָך, טאָ לאָמיר גאָר אַראָפּגיין פֿון די בילדער און אַוועקגיין אין וואַלד אַרײַן.
זאָגט דאָס ייִנגעלע:
— ווי אַזוי קען איך גיין צוזאַמען מיט דיר אין וואַלד אַרײַן, אַז דו ביסט גרינג אויף די פֿיס, און איך קען אַזוי שנעל ניט לויפֿן?
רופֿט זיך אָן דאָס הירשעלע:
— טאָ ווייסטו גאָר וואָס, ייִנגעלע? זעץ זיך אַרויף בײַ מיר אויף די הערנער און איך וועל מיט דיר לויפֿן אין וואַלד אַרײַן.
איז דאָס דעם ייִנגעלע זייער געפֿעלן געוואָרן. איז ער אַראָפּ פֿון בילד און האָט זיך אַרויפֿגעזעצט בײַם הירש אויף די הערנער, און דער הירש האָט זיך געלאָזט לויפֿן פֿײַל פֿון בויגן אין וואַלד אַרײַן.
האָט זיך הירשעלע אין בעטעלע אויפֿגעכאַפּט מיט קולי-קולות:
— טאַטע! שנעל כאַפּ זיי! ביידע הירשעלעך זענען אַנטלאָפֿן אין וואַלד אַרײַן!
האָט זיך הירשעלעס טאַטע אויפֿגעכאַפּט און געזאָגט צו אים:
— שלאָף, מײַן קינד! וואָס חלומט זיך דאָס דיר? ביידע הירשעלעך הענגען אויף דער וואַנט און זיי קענען ניט אַנטלויפֿן אין וואַלד אַרײַן.
זאָגט הירשלע:
— אָבער איך אַליין האָב זיי געזען ביידן אַראָפּגיין פֿון די בילדער און לויפֿן אין וואַלד אַרײַן.
זאָגט דער טאַטע:
— שלאָף, מײַן קינד! דאָס חלומט זיך דיר.
איז הירשעלע צוריק אײַנגעשלאָפֿן, און דאָס הירשעלע מיט די הערנער ווי די דערנער איז ווײַטער געלאָפֿן מיטן הירשעלע דעם ייִנגעלע, וואָס אויף בילד, און זיי זענען אַזוי געלאָפֿן, ביז זיי זענען געקומען אין וואַלד אַרײַן.
געקומען אין וואַלד, איז הירשעלע דאָס ייִנגעלע אַרונטער פֿון דעם הירשעלעס הערנער. קוקט אַזוי הירשעלע דאָס ייִנגעלע אויפֿן הירשעלע מיט די הערנער און קוקט און קוקט. פֿרעגט בײַ אים דאָס הירשעלע מיט די הערנער:
— וואָס קוקסטו אויף מיר אַזוי לאַנג, ייִנגעלע?
ענטפֿערט הירשעלע דאָס ייִנגעלע:
— איך קוק, וואָס בײַ דיר זענען אַזעלכע שיינע הערנער און אַזעלכע מיאוסע פֿיס.
זאָגט דאָס הירשעלע מיט די הערנער:
— איך האָב בעסער ליב מײַנע מיאוסע פֿיס, ווי מײַנע שיינע הערנער. מײַנע פֿיס קענען מיך ראַטעווען פֿון טויט, ווען אַ יעגער וויל מיך כאַפּן, אָבער מיט מײַנע הערנער קען איך זיך נאָך פֿאַרטשעפּען אָן אַ בוים, בעת איך אַנטלויף פֿון דעם יעגער, און דערווײַל קען ער מיך דערשיסן. זאָלסט וויסן, ייִנגעלע, אַז ניט אַלץ, וואָס שיין איז גוט. אַ מאָל קען זײַן אַ שיינער עפּל, און אינעווייניק זאָל ליגן אַ וואָרעם.
און דאָס הירשעלע מיט די הערנער האָט דערציילט הירשעלע דעם ייִנגעלע, וואָס פֿאַר אַ שרעקעניש און פּײַן ער שטייט אויס פֿון די יעגער, וועלכע ווילן אים רק כאַפּן און דערשיסן. און הירשעלע דאָס ייִנגעלע האָט פֿײַנט געקראָגן די יעגער, פֿאַרוואָס זיי זענען אַזעלכע שלעכטע מענטשן און יאָגן זיך נאָך די הירשעלעך מיט די הערנער און שיסן זיי.
שטייען זיי אַזוי ביידע און רעדן, ערשט מיט אַ מאָל דערהערט זיך אַ טרומייטערן און אַ בילערײַ פֿון הינט און אַ שיסערײַ פֿון ביקסן. האָבן זיך ביידע הירשעלעך דערשראָקן, און הירשעלע מיט די הערנער האָט זיך אָפּגערופֿן:
— דאָס זענען זיי געקומען נאָך מיר, די יעגער. זיי ווילן מיך כאַפּן. כאַפּ זיך שנעל אַרויף אויף מײַנע הערנער און לאָמיר לויפֿן.
פֿרעגט הירשעלע דאָס ייִנגעלע:
— וווּהין וועלן מיר לויפֿן?
ענטפֿערט דאָס הירשעלע מיט די הערנער ווי די דערנער.
— ווײַט-ווײַט וועלן מיר לויפֿן, וווּהין די פֿיס מײַנע וועלן מיך טראָגן און וווּ די יעגער וועלן מיך ניט יאָגן.
רופֿט זיך אָן הירשעלע דאָס ייִנגעלע:
— ווייסטו גאָר וואָס? איך האָב פֿאַר דיר אַ גוטן אָרט, וווּ צו באַהאַלטן זיך פֿון די יעגער. קום צוריק צו מיר אַהיים וועסטו אַרײַנגיין צוריק אין דײַן בילד אַרײַן, וואָס מײַן טאַטע האָט געקויפֿט פֿאַר דיר, און דאָרטן וועט דיך קיינער ניט טשעפּען. איך וועל אויך אַרײַן צוריק אין מײַן בילד, און מיר וועלן אַזוי ביידע הענגען צוזאַמען, ווי מיר זענען פֿריִער געהאָנגען. גוט, הירשעלע?
זאָגט הירשעלע מיט די הערנער:
— גוט, לאָמיר לויפֿן צו דיר אַהיים. אָבער שנעל, וואָרעם די יעגער קומען נעענטער.
האָט זיך הירשעלע דאָס ייִנגעלע אַרויפֿגעכאַפּט שנעל אויף דעם הירשעלעס הערנער, און דאָס הירשעלע האָט גענומען לויפֿן פֿײַל פֿון בויגן. אַזוי שנעל איז ער געלאָפֿן. און ער איז געלאָפֿן און געלאָפֿן, ביז ער איז געקומען צו הירשעלען אַהיים.
בײַ הירשעלען אין דער היים האָבן נאָך אַלע געשלאָפֿן, און ביידע הירשעלעך האָבן זיך שטילערהײט אַרײַנגעכאַפּט צוריק אין זייערע בילדער, און קיינער האָט ניט געזען.
ווען דער לעבעדיקער הירשעלע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט, האָט ער ביידע הירשעלעך געטראָפֿן אויף די בילדער, ווי נעכטן, איידער ער איז געגאַנגען שלאָפֿן: אי דאָס הירשעלע מיט די הערנער ווי די דערנער, אי זײַן אייגן בילד.
דער לעבעדיקער הירשעלע האָט זיך זייער געפֿרייט, וואָס ער האָט געפֿונען ביידע הירשעלעך אויף די בילדער.
— טאַטע, — האָט ער געזאָגט, — זע, ביידע הערשעלעך הענגען צוריק אויף דער וואַנט. אַבי בײַ נאַכט האָב איך געמיינט, אַז זיי זענען ביידע אַנטלאָפֿן אין וואַלד אַרײַן.
— נאַרעלע, — האָט צו אים דער טאַטע געזאָגט, — דאָס האָט זיך דיר נאָר געקענט חלומען. ווייסטו דען ניט, מײַן קינד, אַז הירשעלעך פֿון בילדער קענען ניט לויפֿן?
און די צווייטע נאַכט זענען שוין די ביידע הירשלעך מער ניט געלאָפֿן אין וואַלד אַרײַן, נאָר זיי זענען געבליבן הענגען אויף דער וואַנט, אַזוי ווי דעם לעבעדיקן הירשעלעס טאַטע האָט זיי אויפֿגעהאָנגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.