Oyneg Shabes

„אַ שׂרפֿה אין כּתריאלעווקע‟ פֿון דזשיגאַן און שומאַכער

A Fire in Kasrilevke by Dzigan and Shumacher

  • Print
  • Share Share

שמעון דזשיגאַן (1905־1980) און ישׂראל שומאַכער (1908־1961) זענען געווען די גרעסטע ייִדיש־שפּראַכיקע קאָמעדיע־שטערן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. די צוויי קאָמיקער האָבן געהאַט זייער אייגענער טעאַטער אין לאָדזש און געמאַכט אין פּוילן אַ ריי פֿילמען צוזאַמען, אַרײַנגערעכט „על־חטא‟ (1936), „די פֿריילעכע קבצנים‟ (1937) און „אָן אַ היים‟ (1939).

נאָכן חורבן זענען זיי צוריקגעפֿאָרן אין פּוילן, וווּ זיי זענען אויפֿגעטראָטן פֿאַר קינדער, וואָס האָבן איבערגעלעבט די מלחמה און זענען געבליבן אין די יתומים־הײַזער. זייערע איבערלעבענישן זענען אַרײַנגעפֿלאָכטן געוואָרן אינעם פֿילם „אונדזערע קינדער‟. דער פֿילם איז אַ מין געמיש פֿון אַ דאָקומענטאַר און אַ פֿיקטיווער פֿילם — סײַ די קאָמיקער, סײַ די קינדער שטעלן פֿאָר וואָס איז באמת פֿאָרגעקומען, ווען די קאָמיקער האָבן צום ערשטן מאָל באַזוכט דעם יתומים־הויז. די סצענעס זענען אָבער פֿילמירט געוואָרן לויט אַ סצענאַר און נאָך רעפּעטיציעס.

אין איין גלענצנדיקער סצענע פֿונעם פֿילם שטעלן דזשיגאַן און שומאַכער פֿאָר אַ סצענע פֿון שלום־עליכמס „אַ שׂרפֿה אין כּתריאלעווקע‟. די ווירטואָזע קאָמיקער שפּילן אַלע ראָלעס און בײַטן זייערע קאָסטיומען אַזוי גיך, אַז מע קען גרינג מיינען, אַז מע האָט זיך באַנוצט מיט ספּעציעלע עפֿעקטן. וואָס מע זעט אויפֿן עקראַן איז אָבער באמת פֿאָרגעקומען אויף דער בינע.

דזשיגאַן, וואָס נאָך זײַנע טעטיקייטן ווי אַן אַקטיאָר, איז אויך געווען אַן ערנסטער פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן הומאָר, האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז געווען ספּעציעל כּדאַי פֿאָרצושטעלן אַזאַ אוצר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאַר אַ גרופּע קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה. אַזוי אַרום האָט ער געהאָפֿט זיי צוריקבינדן מיט זייערע אָפּגעשניטענע ייִדישע וואָרצלען.

ליידער, האָבן די סאָוועטן אין גיכן צוגענומען אַלע קאָפּיעס פֿונעם פּרעכטיקן פֿילם הלמאי ס׳איז געווען צו „נאַציאָנאַליסטיש‟ און כּמעט קיינער האָט אים ניט געזען ביז די 1990ער יאָרן.