אַ מאָל איז געווען אַ מאַן, איז ער געווען די גרויס ווי אַ שפּאַן: אַזוי קליין איז ער געווען. שׂכל אָבער האָט ער געהאַט פֿאַר צען גרויסע, און אַ באָרד האָט ער אויך געהאַט אַ גרויסע — אַ באָרד אויף אַ קלאַפּטער: אַזוי לאַנג איז זי געווען.
און אַ ווײַב האָט ער געהאַט, דער מאַן ווי אַ שפּאַן, איז זי אויך געווען אַ גרויסע, די גרויס ווי עוג מלך הבשן. און ווי גרויס זי איז געווען, איז זי נאָך אַ גרעסערע מרשעת געווען. זי פֿלעגט איר מאַן ווי אַ שפּאַן שלאָגן און הרגענען און פֿאַר דער באָרד רײַסן און עסן ניט געבן, ביז זי האָט אים איינמאָל אינגאַנצן פֿון הויז אַרויסגעטריבן.
גייט ער אַזוי, דער מאַן ווי אַ שפּאַן, און טראַכט, וואָס זאָל ער טאָן. איז ער אַזוי געגאַנגען און געגאַנגען, ביז ער איז געקומען צו אַ וואַלד. גייט אים אַרויס אַ וואָלף אַנטקעגן און וויל אים אויפֿעסן.
רופֿט זיך אָן דער מאַן ווי אַ שפּאַן צום בייזן וואָלף:
— וואָלף, דו וואָלף, נאַרישער קאָפּ, וואָס דו ביסט! דו ביסט דאָך אַזאַ פֿרעסער, און דו קוואַפּעסט זיך אויף אַ מאַן ווי אַ שפּאַן! איך וועל דאָך דיר אויף אַ צאָן ניט קלעקן. איך האָב אַ ווײַב מיט אַ גרויסן לײַב, וועסטו זי האָבן צו עסן.
פֿרעגט דער וואָלף:
— אַוווּ איז זי, דײַן ווײַב מיטן גרויסן לײַב?
ענטפֿערט דער מאַן ווי אַ שפּאַן:
— אין דער היים האָב איך זי געלאָזט.
ווערט דער וואָלף אין כּעס און זאָגט:
— פֿאַרוואָס האָסטו זי אַהער ניט געבראַכט?
ענטפֿערט דער מאַן ווי אַ שפּאַן:
— עך, דו נאַרישער וואָלף! ווי אַזוי האָב איך געקענט אַהער ברענגען מײַן ווײַב? אין קעשענע? זי איז דאָך אַזאַ גרויסע און איך בין אַ מאַן די גרויס ווי אַ שפּאַן, מײַן קעשענע איז דאָך נאָך קלענער פֿון מיר. פֿאָלג מיר, גיי צו מיר אַהיים און עס זי דאָרטן אויף. אַז זי וועט פֿרעגן, ווער האָט דיך געשיקט, זאָג איר, אַז איך האָב דיך געשיקט.
איז דער וואָלף אַוועק צום מאַן ווי אַ שפּאַן אַהיים אויפֿצועסן זײַן ווײַב. קומט ער צו גיין און קלאַפּט אין טיר:
— היי, דו ווײַב מיטן גרויסן לײַב! דײַן מאַן ווי אַ שפּאַן האָט מיך געשיקט איך זאָל דיך אויפֿעסן.
האָט די ווײַב פֿון דעם מאַן ווי אַ שפּאַן זיך זייער דערשראָקן און גענומען שרײַען: „ראַטעוועט!“ אָבער קיינער האָט אירע קולות ניט געהערט און קיינער איז ניט געקומען צו ראַטעווען זי.
זעט זי, אַז עס איז שלעכט. האָט זי גענומען רופֿן איר מאַן צו הילף. איז ער געקומען באַלד צולויפֿן.
— ראַטעווע מיך, מײַן ליבער מאַן! — האָט זי זיך בײַ אים געבעטן. — ראַטעווע מיך פֿון דעם בייזן וואָלף! נעם אים צו פֿון מיר, און איך וועל גוט זײַן און איך וועל פֿרום זײַן און איך וועל שוין מער ניט זײַן שלעכט צו דיר!
רופֿט זיך אָן דער מאַן ווי אַ שפּאַן צום וואָלף:
— עך, דו נאַרישער וואָלף! דו ווילסט אויפֿעסן מײַן ווײַב, וועלכע האָט אַזאַ גרויס לײַב? דו וועסט זיך דאָך נאָך דערוועגן! זי וועט זיך דאָך דיר אין האַלדז שטעלן. איך זשאַלעווע זי דיר ניט, פֿון מײַנעטוועגן, מעגסטו זי אויפֿעסן. איך מיין דײַן טובֿה. פֿאָלג מיר, גיי צוריק אין וואַלד אַרײַן, און דו וועסט דאָרטן קריגן אַן אַנדער מענטשן, וואָס זאָל זײַן פּונקט ווי דײַן מאָס.
האָט אים דער וואָלף געפֿאָלגט, און ער האָט די ווײַב ניט אויפֿגעגעסן.
אָבער ווי נאָר דער וואָלף איז אַוועק, אַזוי האָט דאָס ווײַב צוריק גענומען שרײַען אויפֿן מאַן ווי אַ שפּאַן, און ווידער שלאָגן אים און הרגענען אים. האָט דער מאַן ווי אַ שפּאַן דאָס מאָל שוין מער ניט געוואַרט ביז דאָס ווײַב וועט אים אינגאַנצן אַרויסטרײַבן פֿון שטוב, און ער איז אַליין אַוועק.
גייט ער ווידער אַזוי דער מאַן ווי אַ שפּאַן און טראַכט, וואָס זאָל ער טאָן. איז ער ווידער אַזוי געגאַנגען און געגאַנגען, ביז ער איז ווידער געקומען צום וואַלד. גייט אים ווידער אַרויס דער וואָלף אַנטקעגן און וויל אים ווײַטער אויפֿעסן.
רופֿט זיך אָן דער מאַן ווי אַ שפּאַן צום וואָלף:
— וואָלף, דו וואָלף! דו דערקענסט מיך גאָרניט? איך בין דאָך דער מאַן ווי אַ שפּאַן, איך וועל דאָך דיר אַפֿילו אויף אַ צאָן ניט קלעקן!
— יאָ, — האָט דער וואָלף געענטפֿערט. — איך בין אָבער הונגעריק, און איך האָב ניט וועמען צו עסן. דײַן ווײַב האָט אַ צו גרויס לײַב און איך האָב מורא, אַז איך וועל זיך מיט איר דערווערגן, און קיין אַנדער מענטש, וואָס זאָל מיר זײַן פּונקט צו דער מאָס, מאַכט זיך אויך ניט. און עסן ווילט זיך מיר, נו, וועל איך דיך אויפֿעסן.
זאָגט דער מאַן ווי אַ שפּאַן צום וואָלף:
— רעכט, קענסט מיך אויפֿעסן, אויב דו ווילסט. נאָר איך בין דיר אַ גוטער פֿרײַנד און איך וויל, אַז דו זאָלסט זיך אָנעסן צו זאַט, טאָ קום אַריבער מיט מיר אַהיים און זאָג דאָרטן אָן מײַן ווײַב, זי זאָל מיר געבן גוט עסן און גוט טרינקען און ניט שלאָגן מיך, וועל איך ווערן גרעסער און פֿעטער, און דעמאָלט וועסטו קומען און מיך אויפֿעסן. איידער איצטער זאָל זײַן דײַן מאָלצײַט מאָגער, איז בעסער שפּעטער ער זאָל זײַן פֿעטער.
איז דעם וואָלף געפֿעלן געוואָרן די עצה פֿון דעם מאַן ווי אַ שפּאַן און ער איז מיט אים אַוועק אַהיים צו זײַן ווײַב.
קומען זיי צו גיין, קלאַפּט אָן דער וואָלף אין טיר:
— היי, דו ווײַב מיטן גרויסן לײַב! איך האָב דיר געבראַכט דײַן מאַן ווי אַ שפּאַן. זע צו מאַכן אים פֿעטער, וועל איך קומען נאָך אים שפּעטער. געדענק-זשע, דו מרשעת, זאָלסט אים געבן גוט צו עסן און גוט צו טרינקען און ניט שלאָגן אים, וואָרעם איך דאַרף אים אויפֿעסן. אויב דו וועסט דאָס ניט טאָן, וועל איך קומען און דיך אַליין אויפֿעסן. באַדאַי דערווערגן זיך, אַבי אויפֿעסן אַזאַ מרשעת ווי דו.
האָט דאָס ווײַב אַזוי געטאָן ווי דער וואָלף האָט איר געהייסן, און זי האָט געגעבן איר מאַן עסן און טרינקען פֿון דאָס שענסטע און דאָס בעסטע און זי האָט אים שוין מער ניט געשלאָגן.
אין אַ צײַט אַרום קומט צו גיין דער וואָלף געווויר ווערן, וואָס עס הערט זיך מיטן מאַן ווי אַ שפּאַן, זעט גוט, אַז דער מאַן איז נאָך אַלץ ווי אַ שפּאַן און איז אַ האָר ניט גרעסער געוואָרן.
האָט דער וואָלף געמיינט, אַז דאָס ווײַב פֿאָלגט אים ניט און זי גיט ניט גענוג עסן דעם מאַן ווי אַ שפּאַן, האָט ער אויף איר אָנגעשריִען און געהייסן איר געבן בעסער עסן דעם מאַן ווי אַ שפּאַן.
— געדענק-זשע, מרשעת! — האָט דער וואָלף צו איר געזאָגט. — געדענק, איך וועל קומען שפּעטער. זע, ער זאָל זײַן פֿעטער.
האָט דאָס ווײַב געגעבן דעם מאַן ווי אַ שפּאַן נאָך בעסער עסן און טרינקען, אָבער עס האָט ניט געהאָלפֿן, און דער מאַן איז נאָך אַלץ געווען די גרויס ווי אַ שפּאַן.
האָט דאָס ווײַב מורא געהאַט, דער וואָלף זאָל ווידער ניט קומען שרײַען אויף איר און אויפֿעסן זי, פֿאַרוואָס איר מאַן איז נאָך אַלץ ווי אַ שפּאַן. האָט זי זיך גענומען בעטן בײַ איר מאַן, ער זאָל זי ראַטעווען אויב דער וואָלף וועט קומען זי אויפֿעסן. אָבער דער וואָלף איז דערווײַל געפּגרט און ער איז שוין מער ניט געקומען.
דאָס ווײַב האָט אָבער דערפֿון ניט געוווּסט, און זי האָט זיך נאָך אַלץ געשראָקן טאָמער וועט דער וואָלף קומען און אויפֿעסן זי, פֿאַר וואָס איר מאַן איז נאָך אַלץ גרויס ווי אַ שפּאַן. האָט זי דערווײַל געלעבט גוט מיטן מאַן און געגעבן אים גוט עסן און טרינקען נאָך איצטער אויך.
דאָס איז די גאַנצע מעשׂה מיטן מאַן אויף אַ שפּאַן און מיט אַ באָרד אויף אַ קלאַפּטער. אויף מער האָט קיין פֿאַַריבל ניט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.