ניט אַ סך מענטשן װײסן, אַז אַ גרױסע צאָל ייִדישע געלערנטע, די פּליטים פֿון נאַצישן דײַטשלאַנד, האָבן זיך באַזעצט אין טערקײַ, און דװקא זײ, די ייִדישע פּראָפֿעסאָרן־עמיגראַנטן ‒ כעמיקער, פֿיזיקער, מאַטעמאַטיקער, דאָקטױרים און אינזשענירן האָבן אױפֿגעבױט אין דעמאָלטיקער טערקײַ די מאָדערנע בילדונגס־סיסטעם. װעגן די “טערקישע” ייִדן־פּראָפֿעסאָרן פֿון דײַטשלאַנד האָט מען שױן פֿון לאַנג פֿאַרגעסן, אָבער די בילדונגס־סיסטעם, װעלכע זײ האָבן אױפֿגעשטעלט, פֿונקציאָנירט ביזן הײַנטיקן טאָג.
דאָס זעלבע איז געשען מיט די “דײַטשישע” עמיגראַנטן אין ארץ־ישׂראל. אַ סך פֿון יענע עמיגראַנטן זײַנען געװען הױך געבילדעטע מענטשן מיט אַ געװיסן “יעקיש אײראָפּעיִשן” צוגאַנג צו אַלץ ‒ פֿון דער צאָל קנעפּלעך אױפֿן ראָק ביז דער אַרכיטעקטור פֿון די נײַע שטעט. עס איז דאָך אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, אַז דװקא די “יעקעס”, נעבעך, זײַנען געװאָרן אין ארץ־ישׂראל אַ מין אָביעקט פֿאַר אַנעקדאָטן און גרעבלעכע װיצן. אַז מע הײבט אָן צו אַנאַליזירן יענע אַנעקדאָטן װעגן די יעקעס, װאַרפֿט זיך אין די אױגן, אַז ס’רובֿ שפּאַסן זײַנען פֿאַרבונדן מיט אַ פֿאָנעטישער װאָרטשפּיל צװישן דײַטש און העברעיִש.
מיר איז געװען זײער אינטערעסאַנט צו זען װי אַזױ יענע אַנעקדאָטן זײַנען אױפֿגענומען געװאָרן אױף אַ “נײטראַלער טעריטאָריע”, ס’הײסט, װײַט פֿון אײראָפּע און ארץ־ישׂראל ‒ אין אַמעריקע. די צאָל אַנעקדאָטן װעגן די ישׂראלדיקע יעקעס איז פּשוט אַ גװאַלדיקע, און איך האָב אױסגעקליבן נאָר יענע, װעלכע זײַנען געװען זײער פּאָפּולער אין אַמעריקע גלײַך נאָכן אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, פֿון סוף 1940ער ביז סוף 1950ער יאָרן. האָט הנאה…
* * *
אַ ייִד אַ יעקע, װאָס איז נאָר װאָס געקומען פֿון בערלין קײן תּל־אָבֿיבֿ, האָט געװאָלט אַרײַנגײן אין אַ פֿול געפּאַקטן אױטאָבוס. האָט דער שאָפֿער צו אים אַ געשרײ געטאָן:
‒ אין מקום (עס איז ניטאָ קײן פּלאַץ)!
מאַכט צו אים דער יעקע:
‒ אַז איר האָט פֿאַר מיר נאָר “אײן” מקום איז דאָס גענוג. איך דאַרף ניט קײן צװײ פּלעצער…
דער פֿאַרצװײפֿלטער שאָפֿער רופֿט זיך אָן:
‒ האָדם הזה לא מבֿין (דער מענטש פֿאַרשטײט ניט)…
דער יעקע האָט זיך פֿאַרטײַטש דעם שאָפֿערס װערטער, אַז ער איז ניט פֿון װין. זאָגט ער צום שאָפֿער:
‒ אני לא מװין (אין בין ניט פֿון װין), אני מברלין (איך בין פֿון בערלין).
* * *
אַ תּלמיד, אַ זון פֿון אַ יעקע, קומט אַהײם פֿון דער שול און מיט טרערן אין די אױגן באַקלאָגט ער זיך פֿאַר זײַן פֿאָטער, אַז װען דער לערער האָט אים הײַנט געפֿרעגט, װוּ דער נגבֿ ליגט ערגעץ, האָט ער ניט געװוּסט װאָס צו ענטפֿערן.
‒ אַ מיצװה אױף דיר, ‒ מאַכט צו אים דער פֿאָטער, אַ יעקע אַ פּעדאַנט, ‒ װיפֿל מאָל האָב איך דיר אָנגעזאָגט, אַז װען מע לײגט עפּעס אַװעק, דאַרף מען גוט געדענקען אַװוּ האָסטו עס געלײגט, כּדי מע זאָל עס דערנאָך קענען געפֿינען.
* * *
אַ ייִד אַ יעקע פֿון ארץ־ישׂראל איז געקומען קײן ניו־יאָרק צו באַזוכן זײַנע פֿרײַנט, און יענע האָבן נאָר געװאָלט װיסן װאָס מער פּרטים װעגן דעם ייִדישן לאַנד, און באַזונדערס װעגן דעם כּותל־מערבֿי:
‒ נו, װי איז דיר עפּעס געפֿעלן געװאָרן דער כּותל־מערבֿי?
‒ הע, װײס איך װאָס, ‒ ענטפֿערט דער ישׂראלדיקער יעקע, ‒ אַ כּותל־מערבֿי װי אַלע כּותל־מערבֿיס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.