…אַזױ, אַזױ, רבותים, אַלץ פֿאַלט אָפּ, אַלץ װערט קאַליע, אַלץ גײט צוריק לתּוהו־ובֿוהו.
נאָר אײנס שטאַרקט זיך — דער יצר־הרע, און די הוצאָות װאַקסן; אַחוץ דעם גײט אַלץ צוריק.
אַפֿילו די זון, זי פֿאַרלירט אױך די כּוחות.
איך געדענק דאָך, ייִנגלװײַז, האָט אַ זומער־טאָג געברענט װי אַ קאַלכאױװן. פֿון ראָש־חודש אָדר אָן איז מען שיִער משוגע געװאָרן פֿאַר היץ; מען האָט געהאָפֿט אױף ל”ג־בעומר װי אַ קבצן אױפֿן גרױסן געװינס.
און אַז מען האָט זיך אָנגעהױבן באָדן, האָט מען זיך נישט געקאָנט אָפּרײַסן פֿון טײַך; און אַז מען איז אַרױסגעגאַנגען, האָט דער זאַמד בײַם טײַך אַזױ געברענט, אַז מען האָט געמוזט צוריקשפּרינגען אין װאַסער אַרײַן… און הײַנט? דאַכט זיך — תּמוז, האַ? און מיר איז קאַלט! ס’איז שױן גאָר קײן זון נישט!
איר זאָגט, אַז איך בין אַלט, און דעריבער בין איך נישט אַלט, און מײַן פֿאָטער, עליו־השלום, האָט קײן מאָל קײן שטעקן נישט געטראָגן, קײן ברילן נישט גענוצט — און איך װאַקל מיך אױף דרײַ פֿיס און טאַפּ מיט די הענט, און זאָג איך אײַך, אַז אַפֿילו די הײך פֿון מענטש װערט אױך קלענער פֿון טאָג צו טאָג. אַ פּשוטער חשבון: אָדם־הראשון האָט אָנגעשלאָגן מיטן קאָפּ ביז גלגל־חמה; צען דורות פֿון אָדם ביז נח, און נח איז שױן מיט אַלע חיות און בהמות אין אײן תּיבֿה אַרײַן.
אונדזערע זײדעס, — װײַל איר געדענקט נישט, — פֿלעגן גײן אײַנגעבױגן, זײ זאָלן נישט אָנשלאָגן אין סופֿיט; אונדזערע אײניקלעך װעלן שױן אַרומקריכן אונטער די טישן, װי די װערעם.
אַ ייִדיש ייִנגל האָט אַמאָל געהרגעט אַ לײב און אַ בער… אַ ייִדיש ייִנגל װאַרפֿט זיך אַ שטײנדעלע און צעהאַקט גליתעס שלײף… אַ געלינקט ייִדעלע שטעלט זיך קעגן עגלון מלך מואָבֿ און דערלאַנגט אים אַזױ, אַז די שטיל זעצט זיך אַרײַן נאָך דער שאַרף… און שימשון־הגיבור? שױן נאָר אױף דער עלטער, אױס נזיר, אָן אַ האָר, גיט ער זיך אַ זאָג: „תּמות נפֿשי עם פּלישתּים!‟ — מײַן כּפּרה, איך מיט די פּלישתּים צוזאַמען! קערט איבער דאָס גאַנצע הױז, — און אַן עק!
איר האָט עפּעס הײַנט אַזױנע ייִנגלעך, אַזױנע ייִדן?!
און, למשל, עס זאָל זיך צוזאַמעננעמען פֿון גאַנץ קרױנפּױלן, זאָל זײַן פֿון דער גאַנצער װעלט, אַלע שופֿר־בלאָזער, און זײ זאָלן זיך שטעלן אונטער יריחו — װעט זיך אַ שטײנדל רירן? און אַ צױם װעט יאָ אײַנפֿאַלן?
אָט, יענקל, אונדזער גיבור, טשאַכנאָװסקיס גאװה, די קרױן פֿון איר קאָפּ; טאַקע אונדזער יענקל, — װאָס קאָן ער? בײַם סדר שרײַט ער „שפֿוך־חמתך‟, װי אַ לײב; פּורים שלאָגט ער המנען, אַז עס הילכט; „לשנה הבאָה בירושלים‟ רופֿט ער, אַז די װענט ציטערן — און יענע װאָך האָט ער געבראַכט אַ פֿעסל װאַסער צום שלוש־סעודות, און האָט זיך דעם מאַרכבײן גערירט!
און נישט נאָר די גיבורים זענען אױסגעשטאָרבן, אַפֿילו די גבֿירים! אין אױסלאַנד בין איך נישט געװען: דאָרט, זאָגט מען, זענען דאָ גבֿירים, אמתע גבֿירים; — װאָס איך האָב נישט געזען, װײס איך נישט. אָבער דאָ!
איר גלײבט אין זײער עשירות און לײקנט אָפּ זײער חלק אױף עולם־הבא, באשר־בכן? זײ האָבן קײן רחמנות נישט אױף אַן אָרעמאַן, פֿאַרזאָרגן נישט קהל; אַז כּלל־ישׂראל איז אַפֿילו אין אַ סכּנה, רירן זײ זיך נישט פֿון אָרט, דאָס הײסט — זײ קאָנען, נאָר װילן נישט טאָן, און איך גלײב אין זײער חלק לעולם־הבא און גלײב נישט אין זײער עשירות. איך זע, אַז אַן עושר שטאַרבט, שטאַרבט ער מיטן עשירות צוזאַמען; אַלץ איז אַרױס: די נשמה פֿון גוף, דאָס געלט פֿון קאַסע, דער קרעדיט פֿון געשעפֿט — אַן אױסגעבלאָזן אײ.
װי אַזױ איז דאָס געשען?
עס איז קײן נשמה נישט געװען, קײן עשירות נישט געװען; קרעדיט איז יאָ געװען, װײַל װאָס איז קרעדיט? שמור לי ואשמור לך: איך לאָז מיך גענאַרן און דו לאָז דיך גענאַרן!
אַזױ איז שױן אין דער סוחרישער װעלט.
עורבֿא פּרח — אױף ייִדיש הײסט עס: נישט געשטױגן און נישט געפֿלױגן.
הכּלל, איך האַלט מיך בײַ מײַנעם: אַלץ גײט צוריק צו תּוהו־ובֿוהו, אַלץ פֿאַלט — ייִראת־שמים אַפֿילו אױך!
אַמאָל, למשל, זענען געװען באַלעבאַטים, דאָס הײסט — פּשוטע מענטשן, אָן ספֿקות, אָן שאלות, אָן חקירות — און פֿאַר דאָס פֿון צװײטן צד — אָן מסירות־נפֿש, אָן קידוש־השם, תּעניתים און גילגול־שלג. פֿון װיג ביז אין קבֿר אַרײַן איז עס זיך געגאַנגען אין גלײַכן װעג, זיך נישט אָפּגעשטעלט, אַפֿילו זיך נישט אומגעקוקט! גאָרנישט — װי אַ סאָלדאַט. דער ריבונו־של־עולם זאָגט: „סטופּײַ‟ — גײט ער — דאָס איז געװען, הײסט עס, דאָס אונטערלאָג — דער המון־עם; פֿאַר דאָס פֿון אױבן, מיט זעקס קעפּ העכער, זענען געװען די גדולים, און טאַקע פֿון בײדע צדדים. פֿון אײן זײַט — מסיטרא־דימין, הײסט עס גאונים אַדירים, טליתים פֿון סאַמע תּכלת, נשמות טאַקע פֿון אונטערן כּיסא־הכּבֿוד! אַזאַ ייִדס אַ מחשבֿה האָט טאַקע מקיף געװען, װי מיט אַ גאַרטל אַרומגענומען אַלע עולמות; און אַזאַ ייִדס אַ װאָרט — הימל און ערד האָבן געציטערט.
פֿאַר דאָס אין צװײטן צד זענען געװען אַפּיקורסים, טאַקע אמתע אַפּיקורסים. אַ מוח װי אַן עגבער — אַלץ דורכגעשטאָכן, אַלץ דורכגעזען.
פּינחס כּופֿר הכּל — אַזױ האָט מען אים גערופֿן — האָב איך דאָך אַלײן געקענט. גאָרנישט — לית דין ולית דײן! און גײ שפּאַר דיך מיט אים! אַ מענטש האָט אַ מױל, װי אױף שרױפֿן, אַ צונג — חרבֿ חדה, און האָגלט מיט ראַיות — רחמנא־ליצלן!
אַז ער האָט געקראָגן אַ מענטש אין דער האַנט אַרײַן, האָט ער מיט אים געװאָרפֿן, װי מיט אַ קאַרטאָפֿל אין אַלע עולמות; עס האָט פֿאַר די אױגן געשװינדלט.
און מײנט איר, עס זענען געװען עולמות; עס איז קײן אײן װעלט, זאָגט ער, אױך נישטאָ. עס װײַזט מיר אױס מיט ראַיות־ברורות, אַז עס איז קײן װעלט נישט, א י ך בין נישטאָ, ע ר איז נישטאָ, און דער שטענדער, בײַ װעלכן מיר זענען געשטאַנען, איז אױך לא היה ולא ניבֿרא, — אַלץ איז אַ פֿאַרבלענדעניש.
אַזאַ מענטש איז דאָס געװען; מבֿטל געװען, אַלץ מבֿטל געװען…
און הײַנט, ברידערלעך?
אױס גרױסע! קײן גדולים פֿון דער זײַט, קײן גדולים פֿון יענער זײַט; קײן פּשוטע באַלבאַטים זענען אַװדאי נישטאָ… פֿאַראַן מיטלמענטשן, נאָר נישט אַזױנע, װאָס גײען אין דער מיט, נאָר אַהין־און־אַהער־מענטשן, װאַקל־מענטשן, שיכּורע נשמות…
יעדערער איז „חציו שלי חציו שלך‟; חסידים, מיט אַ שפּאָר ביסל יצר־חרע, אַפּיקורסים, װאָס פֿאָרן בײַם ערשטן צאָנװײטיק צו אַ גוטן ייִד, און די בריק צום סמבטיון האָט נאָך הינטער זיך קײן אײנציקער אַפּיקורס נישט פֿאַרברענט.
דער פֿרומסטער ייִד האָט דרײַערלײ שולחן־ערוכס: אַ שולחן־עורך פֿאַרן רשות־הרבנים מיט סאַמע אַסורים; אַ שולחן־עורך פֿאַרן כּרמלית, װוּ נאָר ער און זײַנס גלײַכן גײט — מיט אַ מאַסע היתּרים און אַ שולחן־עורך פֿאַר זיך אין דער הײם — סאַמע לײדיקע בלעטער מיט אײן התּרת־נהרים…
די אַפּיקורסים זענען אױך אַזױ: דרײַפֿאַכיקע, פֿירפֿאַכיקע װיפֿל איר װילט אַלײן.
אין דער הײם שאַרפֿט ער זיך די בריטװע צום גאָלן די באָרד אָן דער רצועה של תּפֿילין, בײַ זיך אין „רעדל‟ איז ער יוצא דערמיט, װאָס ער איז אַ גרױסער אוהבֿ־ישׂראל, דער עיקר מײנט ער די בנות־ישׂראל… און אַ „מאמר‟ שרײַבט ער: חס־ושלום, רירט נישט; צאָן־קדשים, בני־נבֿיאים, מינהגים־קדושים — ממש ער ברענט… און גײ װײס!
דאָס איז אין „נגלה‟! אין „ניסתּר‟ איז אױך דאָס אײגענע, עס פֿעלן נישט קײן מקובלים, זײ װאָלטן געקאָנט באַשאַפֿן גולמות אַראָפּברענגען משיחן, הײסן שנײ זאָל פֿאַלן אין תּמוז, און אין מיטן װינטער זאָל גײן אַ שלאַקסרעגן, — נאָר נאָך װאָס טױג עס זײ? זײ װילן בעסער ע”פּ קבלה איבערפּעקלען אַ שטיקל סחורה איבער די גרענעץ, פֿאַרקױפֿן אַן עקרה פֿאַר ח”י זהובֿים אַ בן־זכר…
אַ קרעמל האָבן זײ זיך געמאַכט, און אײנער יאָגט דעם צװײטן, און די פּדיונות װערן קלענער פֿון טאָג צו טאָג…
און די אַפּיקורסים האָבן זיך אױך געעפֿנט אַ קרעמל… אַראָפּברענגען זיך, װי פֿאַרצײַטנס, אַ בת־מלכּה, איז הײַנט שױן נישט כּדאַי, מאַכט מען זיך בעסער אַ פֿאַרלאַג מיט קלײנע יצר־הרע־ביכלעך…
קלײנע פּדיונעלעך, קלײנע ביכלעך, קלײנע מענטשעלעך…
מיט אײן זאַך טרײסט איך מיר נאָר: פּני־הדור כּפּני־הכּלבֿ; די װעלט האָט שױן אַ הינטיש פּנים. אַז משיח מוז שױן קומען…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.