בערעלע און פּערעלע זענען געווען ברידער און שוועסטער, און זיי האָבן געלעבט זייער גוט צווישן זיך: קיינמאָל זיך ניט געקריגט, קיינמאָל זיך ניט געשלאָגן, און וואָס בערעלע פֿלעגט האָבן פֿלעגט ער געבן פּערעלען, און וואָס פּערעלע פֿלעגט האָבן, פֿלעגט זי געבן בערעלען. אָבער שפּילן זיך צוזאַמען פֿלעגן זיי ניט: בערעלע האָט זיך געהאַט זײַנע ייִנגלעך, מיט וועלכע ער פֿלעגט זיך שפּילן, און פּערעלע האָט זיך געהאַט אירע מיידלעך, מיט וועלכע זי פֿלעגט זיך שפּילן.
נאָר איינמאָל איז פּערעלע געווען קראַנק. דערנאָך איז זי געזונט געוואָרן. אָבער דער דאָקטאָר האָט איר געהייסן זײַן אין הויז אַ פּאָר טעג און ניט אַרויסגיין אין גאַס. איז פּערעלען געווען זייער אומעטיק צו זײַן אין הויז. רופֿט זי זיך אָן צו בערעלען:
— ווייסטו וואָס, בערעלע? זײַ אויך אין הויז, וועלן מיר זיך ביידע שפּילן.
זאָגט בערעלע:
— רעכט, פּערעלע! איך וועל זײַן מיט דיר אין הויז און שפּילן זיך מיט דיר. אָבער אין וואָס וועלן מיר זיך שפּילן?
האָט פּערעלע געטראַכט און געטראַכט, דערנאָך האָט זי זיך אָנגערופֿן:
— איך ווייס שוין אין וואָס! אין טאַטע-מאַמע וועלן מיר זיך שפּילן. דו וועסט זײַן דער טאַטע און איך וועל זײַן די מאַמע, און מײַן ליאַלקע וועט זײַן אונדזער קינד. און ווייסטו, ווי מיר וועלן זי רופֿן? פֿייגעלע! אַזוי ווי דער מומע עטלס מיידעלע.
האָבן זיי זיך גענומען שפּילן אין טאַטע-מאַמע. האָט פּערעלע גענומען איר ליאַלקע אויף די הענט און געוויגט זי און גערעדט צו איר. אָבער בערעלע האָט ניט געוווּסט וואָס צו טאָן. רופֿט זיך צו אים אָן פּערעלע:
— וואָס שטייסטו אַזוי? ווילסטו עפּעס טאָן?
זאָגט בערעלע:
— איך ווייס ניט, וואָס צו טאָן.
זאָגט צו אים פּערעלע:
— ביסט דאָך אַ טאַטע, טאָ גיי פֿאַרדין געלט, אַזוי ווי אַלע טאַטעס טוען.
מאַכט בערעלע:
— גוט. איך וועל גיין פֿאַרדינען געלט.
און ער האָט געוואָלט אַרויס אין גאַס.
רופֿט זיך צו אים אָן פּערעלע:
— וווּהין זשע גייסטו, בערעלע?
זאָגט בערעלע:
— איך גיי דאָך פֿאַרדינען געלט.
זאָגט פּערעלע:
— וועל איך דאָך בלײַבן אַליין אין הויז! וועט דאָך מיר זײַן אומעטיק. ניין, מען דאַרף ניט גיין.
רופֿט זיך אָן בערעלע:
— וועל איך דאָך ניט פֿאַרדינען קיין געלט, וועל איך דאָך ניט זײַן קיין טאַטע, טאָ וואָס וועל איך טאָן? מיר שפּילן זיך דאָך אין טאַטע-מאַמע.
האָט פּערעלע ווידער גענומען טראַכטן: טראַכט זי און טראַכט. דערנאָך רופֿט זי זיך אָן צו בערעלען:
— גוט. גיי פֿאַרדין געלט, אָבער זאָלסט באַלד קומען. זאָלסט זיך ניט זאַמען. דו הערסט?
זאָגט בערעלע:
— יאָ, פּערעלע! איך וועל זיך ניט זאַמען.
איז בערעלע אַוועק אין גאַס און פּערעלע איז געבליבן אין הויז מיט פֿייגעלען איר ליאַלקע.
שפּילט פּערעלע-מאַמע מיט איר ליאַלקע און וואַרט, אַז בערעלע-טאַטע זאָל קומען פֿון דער אַרבעט און ברענגען אַ סך געלט, וועט זי קויפֿן פֿאַר דער ליאַלקע שיכעלעך מיט זעקעלעך. זעט פּערעלע-מאַמע, אַז בערעלע-טאַטע קומט נאָך ניט, רופֿט זי זיך אָן צו דער ליאַלקע:
— שאַ-שאַ-שאַ, קינד מײַנס, וויין ניט. פּאַפּאַ וועט באַלד קומען.
בערעלע איז אָבער נאָך ניט געקומען, און פּערעלע האָט אַלץ גערעדט צו דער ליאַלקע:
— וויין ניט, פֿייגעלע! פּאַפּאַ וועט באַלד קומען! קום גאָר שלאָפֿן. פּאַפּאַ וועט קומען, וועסטו אויפֿשטיין.
און פּערעלע האָט אײַנגעלייגט איר ליאַלקע שלאָפֿן און געזונגען איר אַ ליד:
— שלאָף, שלאָף פֿייגעלע!
מאַך זשע צו דײַן אייגעלע.
דער טאַטע וועט ברענגען אַ בייגעלע,
וועט זײַן אַ געזונט אין אייגעלע.
דער טאַטע וועט ברענגען אַן עפּעלע,
וועט זײַן אַ געזונט אין קעפּעלע.
דער טאַטע וועט ברענגען ניסעלעך,
וועט זײַן אַ געזונט אין די פֿיסעלעך.
די מאַמע וועט קאָכן יויכעלע,
וועט זײַן אַ געזונט אין בײַכעלע.
פֿון וואַלד וועט קומען אַ העזעלע,
וועט זײַן אַ געזונט אין נעזעלע.
האָט פּערעלע געוויגט און געוויגט איר ליאַלקע, ביז עס האָבן איר גענומען וויי טאָן די הענטעלעך. און בערעלע איז נאָך אַלץ ניטאָ!
טראַכט פּערעלע: וואָס קען דאָס זײַן, וואָס בערעלע איז נאָך אַלץ ניטאָ? גייט זי צום פֿענצטער אַ קוק טאָן: ניטאָ בערעלע! נעמט זי וויינען. דערהערט די מאַמע. ווי זי וויינט, גייט זי צו צו איר און פֿרעגט זי:
— וואָס וויינסטו, פּערעלע?
ענטפֿערט פּערעלע:
— ניטאָ בערעלע!
זאָגט די מאַמע:
— וויין ניט. בערעלע איז מסתּמא אין גאַס, שפּילט זיך מיט זײַנע ייִנגלעך.
זאָגט פּערעלע:
— ניין, ער שפּילט זיך ניט מיט די ייִנגלעך. ער שפּילט זיך מיט מיר אין טאַטע-מאַמע, איז ער אַוועק פֿאַרדינען געלט, ווי אַלע טאַטעס, און איז נאָך ניט געקומען.
— ער וועט באַלד קומען, ער וועט באַלד קומען! — האָט די מאַמע געזאָגט, און איז אַוועק צוריק אין קיך טאָן איר אַרבעט.
אָבער בערעלע איז נאָך אַלץ ניט געקומען. וווּ איז ער געווען? ער איז טאַקע געווען אונטן אין גאַס און האָט זיך דאָרטן געשפּילט מיט ייִנגלעך. ער האָט פֿאַרגעסן אָן דער גאַנצער חתונה, וואָס ער איז בערעלע-טאַטע און עס וואַרט אויף אים פּערעלע-מאַמע.
ער האָט זיך אָבער פֿאָרט דערמאָנט, אַז זײַן שוועסטער וואַרט אויף אים, וואַרפֿט ער אינמיטן די שפּיל און וויל לויפֿן אַהיים צוריק צו זײַן שוועסטער. זעען די ייִנגלעך, זאָגן זיי צו אים:
— וווּהין לויפֿסטו, בערעלע?
דערציילט זיי בערעלע, אַז ער שפּילט זיך מיט זײַן שוועסטער פּערעלע און ער איז געגאַנגען פֿאַרדינען און איצט דאַרף ער גיין צוריק אַהיים.
לאַכן פֿון אים די ייִנגלעך, וואָס ער שפּילט זיך מיט אַ מיידל און זיי נעמען זינגען:
— שפּילסט זיך מיט אַ מיידל,
וועט מען אָנטאָן דיר אַ קליידל!
אָבער בערעלען האָט ניט געאַרט, וואָס די ייִנגלעך לאַכן פֿון אים, ווײַל ער האָט ליב געהאַט זײַן שוועסטער פּערעלע און פּערעלע האָט דאָך ניט געקענט אַראָפּ אין גאַס צו אירע חבֿרטעס, איז דאָך איר אומעטיק צו זײַן אַליין אין הויז! און מיט וועמען וועט זי זיך שפּילן?
איז בערעלע אַרויף צוריק אין הויז, און ווען פּערעלע האָט אים דערזען, האָט זי זיך זייער דערפֿרייט און זי האָט גלײַך אויפֿגעהערט צו וויינען.
— וווּ האָסטו זיך דאָס געזאַמט אַזוי לאַנג? — האָט אים פּערעלע געפֿרעגט.
אָבער בערעלע האָט געשוויגן. ער האָט זיך געפֿילט שולדיק.
— זאָג מיר, וווּ האָסטו זיך דאָס געזאַמט? — האָט אים פּערעלע ווידער געפֿרעגט — דערצייל מיר דעם אמת, איך וועל דיר גאָרנישט ניט טאָן.
און בערעלע האָט דערציילט פּערעלען דעם אמת, אַז ער האָט זיך געשפּילט אונטן מיט ייִנגלעך און גאָר פֿאַרגעסן, אַז ער איז אַ טאַטע.
— איך וועל מער ניט טאָן דאָס, — האָט בערעלע געזאָגט, — זײַ מיר מוחל, פּערעלע!
— איך בין דיר מוחל! — האָט פּערעלע געזאָגט.
און זיי האָבן זיך געשפּילט ווײַטער אין טאַטע-מאַמע.
— פֿאַרוואָס בעטסטו ניט עסן? — האָט פּערעלע געפֿרעגט, — דו ביסט דאָך געקומען פֿון דער אַרבעט!
— נו, גיב מיר עסן! — האָט בערעלע געזאָגט.
— נו, טאָ האַלט צו דאָס קינד, וועל איך דיר מאַכן עסן, — האָט פּערעלע געזאָגט.
און בערעלע האָט צוגעהאַלטן די ליאַלקע, און פּערעלע האָט אים געמאַכט עסן.
אָבער באַלד האָט זיי די מאַמע גערופֿן טאַקע אויף אַן אמת עסן, ניט אויף צו-כּלומרשט, און בערעלע איז געוואָרן אויס טאַטע און פּערעלע איז געוואָרן אויס מאַמע, און די מעשׂה איז שוין אויך אויס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.