לעצטנס האָט אַ פֿילם, אין וועלכן דער עסטרײַכישער פּאַסטעך און ייִדישער זינגער האַנס ברויער זינגט איציק מאַנגערס ליד „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ צוזאַמען מיט אַ גרופּע סירישע און פּאַלעסטינער פּליטים, וואָס ער פֿירט פֿון בודאַפּעשט קיין דײַטשלאַנד, אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע . די אומדערוואַרטע סצענע האָט גערירט אַ סך מענטשן אין אַ צײַט, ווען די ידיעות פֿון סיריע און וועגן דעם גורל פֿון די סירישע פּליטים האַלטן אין איין פֿאַרערגערן זיך. טשיקאַווע איז אָבער געווען צו באַמערקן, אַז ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ברויער האָט דאָס ליד געזונגען אין זייער אַ טרויעריקן טאָן, האָבן זײַנע פּאַסאַזשירן, ניט פֿאַרשטייענדיק די ווערטער, אויסגעטײַטשט דאָס ליד אויף אַן אַנדער אופֿן און געזונגען דעם ניגון מיט גאָר פֿריילעכע טענער. אָט קענט איר זען דעם פֿילם:
כאָטש מאַנגער האָט לכתּחילה אָנגעשריבן דאָס ליד ווי אַ מין משל וועגן אַ קינד, וואָס ווערט עלטער און דאַרף זיך „פֿאַרשפּרייטן זײַנע פֿליגלען‟, ד׳׳ה, ווערן מער אומאָפּהענגיק פֿון דער מאַמען, טראָגט „אויפֿן וועגן שטייט אַ בוים‟ שוין לאַנגע יאָרן בײַ אַ סך מענטשן מער וואָגיקע באַטײַטן. דאָס ליד איז געווען גאַנץ פּאָפּולער צווישן די ייִדישע אויפֿשטענדלער אין וואַרשעווער געטאָ, און ווי זייער קאָמענדאַנט מאַרעק איידעלמאַן האָט אַליין דערקלערט מאַנגערן נאָך דער מלחמה, האָבן די לעצט־געבליבענע אויפֿשטענדלער צוזאַמענגעזונגען דאָס ליד גלײַך פֿאַר דעם, וואָס זיי האָבן פּרובירט צו מאַכן פּליטה.
אפֿשר צום טייל דערפֿאַר איז דאָס ליד נאָך דער מלחמה געוואָרן פֿאַרבונדן אינעם פּאָפּולערן פֿאָלקס־זכּרון מיטן חורבן בכלל און מיט די ייִדישע פּליטים בפֿרט. די שורות וועגן דעם, אַז מע דאַרף זיך אָפּשיידן מיט דער מאַמען זענען געוואָרן גאַנץ טונקל, ווײַל די מאַמע ווי אַ סימבאָל האָט אָנגעהויבן צו באַטײַטן ניט בלויז אַ מאַמע גופֿא, נאָר די גאַנצע חורבֿ־געוואָרענע וועלט פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
אפֿשר וואָלטן די סירישע פּליטים רעאַגירט אַנדערש צום ליד, ווען זיי וואָלטן געקענט פֿאַרשטיין די ווערטער? די פֿראַגע דערמאָנט זיך אין גאָר אַן אינטערעסאַנטן אַלבאָם, וואָס דער ישׂראלדיקער „אוד‟־שפּילער פֿון איראַקישן אָפּשטאַם יאיר דלאל האָט אַרויסגעלאָזט מיט דער טשעכיש־קאַנאַדער זינגערין לענקאַ ליכטנבערג. דער אַלבאָם, מיטן נאָמען „וויגלידער פֿון גלות‟, בינדט צונויף די ייִדישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון מיזרח־אייראָפּע און איראַק דורכן פֿאָרשטעלן באַקאַנטע וויגלידער פֿון ביידע ייִדישע עדות סײַ אויף אַראַביש, סײַ אויף ייִדיש. ספּעציעל געלונגען איז דווקא זייער נוסח פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ אויף ביידע שפּראַכן, אין וועלכן די מוזיק פֿון שמואל פֿישער באַקומט גאָר אַן אַנדער געפֿיל, ווען זי ווערט געשפּילט אויפֿן אוד. אָט קענט איר לייענען אַ רעצענזיע פֿונעם אַלבאָם: //yiddish.forward.com/articles/178230/in-the-world-of-yiddish-music/?p=3.
און אָט קענט איר הערן דעם אייגנאַרטיקן נוסח פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ אויף אַראַביש.
אַז מע הערט זיך צו צו צוויי נוסחאָות פֿונעם ליד, איז עס שוין כּדאַי צו הערן נאָך אַ פּאָר. אָט איז זייער אַ שיינעם נוסח פֿון דודו פֿישער.
און אָט קען מען זען אַ מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן די שוועדיש־ייִדישע „מעטאַל‟־קאַפּעליע „דיבוקים‟ זינגט דאָס ליד אין זייער אוניקאַלן סטיל.
און צום סוף איז עס אוודאי כּדאַי צו הערן, ווי איציק מאַנגער האָט אַליין פֿאָרגעלייענט דאָס ליד. אַבֿרהם טאַבאַטשניק האָט עס רעקאָרדירט אין צענטראַל־פּאַרק אין מאַנהעטן בעת אַן אינטערוויו מיטן פּאָעט אין די 1950ער יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.