עטעלעס בעטעלע איז, ווי געוויינטלעך, געווען אַ קינדעריש בעטעלע: מיט גראַטעס פֿון ביידע זײַטן, כּדי זי זאָל ניט אַרונטערפֿאַלן בעת זי שלאָפֿט, ווײַל זי איז נאָך אַ קליין מיידעלע געווען.
איינמאָל האָבן טאַטע־מאַמע זי גענומען אין זאָאָלאָגישן גאָרטן, ווײַזן איר די חיות. האָט עטעלע געזען, אַז אַלע חיות געפֿינען זיך אין שטײַגן מיט גראַטעס, כּדי זיי זאָלן ניט קענען אַרויס.
ווען עטעלע איז געקומען אַהיים און זי איז אַרײַן אין איר בעטעלע, אום צו גיין שלאָפֿן, האָט זי אַ קוק געטאָן אַנטקעגן אין שפּיגל און זי האָט זיך דערזען שטייענדיק אין בעטעלע.
— מאַמע! מאַמע! — האָט זי גענומען רופֿן, — גיב אַ קוק. איך זע דאָך אויס אין מײַן בעטעלע מיט די גראַטעס אַזוי ווי די חיות אין גאָרטן, וואָס איך האָב הײַנט געזען. איך וויל ניט זײַן קיין חיה. איך וויל ניט זײַן אין אַ שטײַג. איך וויל אַזאַ בעט ווי דו האָסט, ווי דער טאַטע האָט.
— אַז דו וועסט ווערן אַ גרויס מיידעלע, וועל איך דיר קויפֿן אַזאַ בעט ווי איך האָב, ווי דער טאַטע האָט, אַ בעט אָן גראַטעס, — האָט די מאַמע געזאָגט.
— און ווען וועל איך ווערן אַ גרויס מיידעלע? — האָט עטעלע געפֿרעגט.
— ווען דו וועסט ווערן זעקס יאָר אַלט און וועסט אָנהייבן צו גיין אין שול, — האָט די מאַמע געענטפֿערט.
— און אָט דאָס בעטעלע? — האָט געפֿרעגט עטעלע, — וועסטו אַוועקגעבן פֿאַר די חיות? יאָ, מאַ?
— ניין, מײַן קינד, — האָט געענטפֿערט די מאַמע, — איך וועל קריגן פֿאַר דיר אַ קליין ברודערל און ער וועט שלאָפֿן אין עטעלעס בעטעלע.
אַז עטעלע האָט דערהערט, אַז די מאַמע וועט פֿאַר איר קריגן אַ קליין ברודערל, האָט זי זיך זייער דערפֿרייט, וואָרעם איר האָט זיך זייער געחלשט האָבן אַ קליין ברודערל. און זי האָט פֿאַר פֿרייד גענומען טאַנצן און שפּרינגען אין איר בעטעלע. איר האָט זיך שוין געוואָלט וויסן, ווי מע וועט רופֿן דאָס קליינע ברודערל, אָבער די מאַמע האָט איר געזאָגט: „זאָל ער נאָר קומען, וועט מען אים שוין געבן אַ נאָמען‟.
רופֿט זיך אָן עטעלע, שטייענדיק אין בעטעלע:
— זאָג מיר, מאַ, זײַן נאָמען, וועל איך אים רופֿן, וועט ער שוין קומען.
— ניין, מײַן קינד, — האָט די מאַמע געענטפֿערט מיט אַ שמייכל, — ער מוז אַפֿריִער קומען, דײַן ברודערל, דערנאָך וועט מען אים רופֿן.
— פֿאַר וואָס רופֿסטו מיך: עטעלע! און איך קום גלײַך? — האָט עטעלע געפֿרעגט.
— ווײַל דו קענסט שוין גיין, און דײַן ברודערל קען נאָך ניט גיין, — האָט די מאַמע געענטפֿערט.
איך וועל אים לערנען גיין, ווען ער וועט קומען, — האָט עטעלע געזאָגט.
— דו ביסט אַ גוט מיידעלע, — האָט די מאַמע געזאָגט צו עטעלען און אַ קוש געטאָן זי. — נו, איצטער גיי שלאָפֿן, און שלאָף געזונט. אַז מע שלאָפֿט, וואַקסט מען.
ווען עטעלע האָט דערהערט, אַז מע שלאָפֿט וואַקסט מען, איז זי גלײַך געגאַנגען שלאָפֿן. אַז זי איז אײַנגעשלאָפֿן, האָט זיך איר געחלומט, ווי זי וואַקסט און וואַקסט און וואַקסט, און זי איז אַזוי אויסגעוואַקסן, אַז דאָס בעטעלע איז שוין פֿאַר איר געוואָרן צו קורץ. האָט זי גענומען מיט די פֿיסעלעך שפּאַרן און שטופּן דאָס בעטעלע. נעמט זיך בײַ איר בעטן דאָס בעטעלע:
— איך בעט דיך, עטעלע, שטופּ ניט דײַן בעטעלע!
זאָגט עטעלע צו איר בעטעלע:
— פֿאַר וואָס לאָזסטו מיך ניט וואַקסן?
פֿרעגט דאָס בעטעלע:
— טאָ וואָס זשע זאָל איך טאָן?
ענטפֿערט עטעלע:
— וואַקסט אַזוי ווי איך וואַקס, וועט זײַן גוט.
זאָגט דאָס בעטעלע:
— איך קען ניט וואַקסן אַזוי ווי דו וואַקסט. בעטעלעך וואַקסן ניט.
פֿרעגט עטעלע:
— טאָ פֿאַר וואָס זענען דאָ קליינע בעטעלעך און גרויסע בעטן? וועסטו גאָר קיינמאָל ניט ווערן אַ גרויס בעטעלע, אַזוי ווי איך אַ גרויס מיידעלע?
ענטפֿערט דאָס בעטעלע:
— ניין, איך וועל שוין אַזוי בלײַבן.
פֿרעגט עטעלע:
— און איך וועל אויך אַזוי בלײַבן.
ענטפֿערט דאָס בעטעלע:
— גאָר, דו קענסט וואַקסן.
פֿרעגט עטעלע:
— ווי אַזוי קען איך וואַקסן, אַז דו לאָזסט מיר ניט אויסציִען די פֿיסלעך און ווערן אַ גרויס מיידעלע?
ענטפֿערט דאָס בעטעלע:
— נו, טאָ קויף זיך אַ גרויס בעט, וועסטו קענען אויסציִען די פֿיס וויפֿל דו ווילסט אַליין און וועסט קענען וואַקסן. און מיך לאָז צורו.
זאָגט עטעלע:
— מאַמע וועט מיר קויפֿן אַ גרויס בעט, ווען איך וועל שוין אויסוואַקסן און ווערן אַ גרויסע. דערווײַלע מוז איך דאָך אָבער וואַקסן, און דו לאָזסט מיך ניט. וועל איך דיך שטופּן, זאָלסט מיך לאָזן וואַקסן.
און עטעלע האָט גענומען ווײַטער שטופּן דאָס בעטעלע. האָט זי געשטופּט און געשטופּט מיט פֿיסלעך דאָס בעטעלע, ביז זי האָט זיך אויפֿגעכאַפּט און גענומען רופֿן: „מאַמע! מאַמע!‟
איז די מאַמע צוגעלאָפֿן און האָט זי געפֿרעגט:
— וואָס איז דיר, מײַן קינד?
האָט עטעלע געענטפֿערט:
— דו האָט מיר געהייסן וואַקסן אין שלאָף. נו, האָב איך גענומען וואַקסן און אויסציִען די פֿיסלעך, לאָזט מיך ניט דאָס בעטעלע, האָב איך גענומען שטופּן דאָס בעטעלע, שרײַט דאָס אויף מיר, פֿאַר וואָס איך שטופּ דאָס! קויף מיר, מאַמע, אַ גרויס בעט, וועל איך קענען דאָרטן וואַקסן און אויסציִען די פֿיסלעך.
— ניין, מײַן קינד! — האָט איר די מאַמע געענטפֿערט. — איך האָב דיר געזאָגט, אַז אַ גרויס בעט וועל איך דיר קויפֿן, ווען דו וועסט אויסוואַקסן און ווערן אַ גרויסע מויד. אָבער ביז דו וועסט אויסוואַקסן, מוזסטו שלאָפֿן אין אָט דעם קליינעם בעטעלע.
— אָבער ווי אַזוי קען איך אויסוואַקסן, — האָט עטעלע געפֿרעגט, — ווען דאָס בעטעלע לאָזט מיך ניט אויסציִען די פֿיסלעך?
— טאָ שטויס ניט דאָס בעטעלע מיט די פֿיסעלעך, וועט דאָס דיר לאָזן אויסציִען די פֿיסלעך, וואָרעם דאָס בעטעלע איז נאָך גרויס גענוג פֿאַר דיר.
האָט עטעלע געפּרוּווט טאָן אַזוי ווי די מאַמע האָט איר געהייסן און זיך אַרויפֿגערוקט מיטן קעפּעלע, האָט זי געקענט אויסציִען די פֿיסעלעך.
— זעסט, עטעלע, — האָט איר די מאַמע געוויזן, — זעסט וויפֿל דו האָסט נאָך צו וואַקסן? אָט אַזאַ שטיק! שלאָף נאָך, מײַן קינד, אין אָט דעם בעטעלע, און דו וועסט אויסוואַקסן, וועל איך דיר קויפֿן אַ גרעסערע בעט.
איז געשלאָפֿן עטעלע אין דעם בעטעלע, און יעדן פֿרימאָרגן פֿלעגט זי אַ קוק טאָן, וווּ האַלטן אירע פֿיסלעך. איינמאָל האָט זי דערזען, אַז אירע פֿיסלעך האַלטן שוין גאַנץ ווײַט, שוין באַלד צופֿוסנס פֿונעם בעטעלע. האָט זי אָנגעזאָגט דער מאַמען די שׂימחה, און די מאַמע האָט איר געזאָגט, אַז אַזוי דאַרף זײַן, וואָרעם זי ווערט שוין באַלד זעקס יאָר אַלט און זי וועט דאַרפֿן גיין אין שול.
און עטעלע איז טאַקע באַלד געוואָרן זעקס יאָר אַלט, און אַ קליין ברודערל איז געקומען צו איר. עטעלע האָט ניט געזען, ווי אַזוי דאָס קליינע ברודערל איז צו איר געקומען, נאָר אין דער פֿרי האָט מען איר אָנגעזאָגט, אַז ער איז שוין דאָ און זי וועט אים דאַרפֿן אָפּגעבן דאָס בעטעלע, און איר וועט מען קויפֿן אַן אַנדער בעטעלע, ניין, אַ בעט, ניט קיין בעטעלע, ווײַל זי איז שוין אַ גרויס מיידל און דאַרף גיין אין שול.
עטעלע האָט זיך זייער דערפֿרייט מיטן קליינעם ברודערל, און זי האָט געוואַרט, מע זאָל שוין איר ברענגען דאָס גרויסע בעט און זי זאָל אָפּגעבן דעם ברודערל דאָס קליינע בעטעלע.
זי האָט לאַנג ניט געדאַרפֿט וואַרטן, מע האָט איר געבראַכט דאָס גרויסע בעט און זי איז שוין געשלאָפֿן ווי אַ גרויסער מענטש.
און דאָס קליינע בעטעלע איז געווען פֿאַר איר קליין ברודערל.
עטעלעס קליין ברודערל איז געווען אַ לעבעדיקער יאַט און אַ שרײַער אויך, האָט מען אים אויף שפּאַס גערופֿן שרעטעלע. איז שרעטעלע געשלאָפֿן אין עטעלעס בעטעלע, און אַז ער פֿלעגט זיך צעשרײַען, פֿלעגט אים די מאַמע זינגען:
אונטער שרעטעלעס בעטעלע
וואַקסט אַ גרינע בלעטעלע;
גרינע בלעטעלע אין גרינעם וואַלד,
שרעטעלעס טאַטע וועט קומען באַלד.
און שרעטעלע פֿלעגט שוין מער ניט שרײַען, און זײַן טאַטע פֿלעגט טאַקע באַלד קומען און ברענגען צאַצקעס אי פֿאַרן קליינעם שרעטעלע, אי פֿאַר דער גרויסער עטעלע, וועלכע שלאָפֿט שוין אין אַ גרויסן בעטעלע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.