אין פֿאַרגלײַך מיט סוכּות פֿאַרמאָגן מיר אַ סך לידער און אַלטע ייִדישע מוזיק וועגן שׂמחת־תּורה.
דער יום־טובֿ, איינער פֿון די פֿריילעכסטע אויפֿן ייִדישן לוח, איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע פּאַראַדן און מאַרשן מיט די ספֿרי־תּורה, ווי אויך פֿאַרן משׂמח זײַן אויף די גאַסן. ס׳איז ניט קיין חידוש דערפֿאַר, וואָס די מוזיק, וואָס איז פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ איז געוויינטלעך זייער ענערגעטיש און פֿריילעך.
גאָר אַ באַקאַנט ליד איז דאָס פֿאָלקסליד „שׂמחת־תּורה‟ („קינדער מיר האָבן שׂמחת־תּורה, שׂמחת־תּורה אויף דער גאַנצער וועלט‟), וואָס עס האָט אָנגעשריבן דער באַקאַנטער פֿאָלקס־פּאָעט און זינגער מאַרק וואַרשאַווסקי. דאָס ליד איז פּאָפּולאַריזירט געוואָרן דורך די „אַרבעטער־רינג‟־שולן אין די 1960ער יאָרן, אַ דאַנק חנה מלאָטעק, און איז געווען אַ שטענדיקער טייל פֿונעם רעפּערטואַר פֿון דער אָרגאַניזאַציעס קינדער־כאָר. דאָס ליד איז אָבער געוואָרן גאַנץ ברייט באַוווּסט נאָר אין די 1990ער אַ דאַנק דעם, וואָס די „קלעזמאַטיקס‟ האָבן רעקאָרדירט דאָס ליד אין אַ נײַער אַראַנזשירונג פֿון פֿרענק לאָנדאָן. דער נוסח, וואָס די קאַפּעליע האָט רעקאָרדירט צוזאַמען מיטן לעגענדאַרן פֿידלער יצחק פּערלמאַן אויף זײַן אַלבאָם „אינעם פֿידלערס הויז‟ קען מען הערן ווי אַ טייל פֿון אַ חנעוודיקן אַנאַמירטן־פֿילם, געמאַכט מיט לײמענע מאָדעלן.
אַ באַקאַנטע קאָמפּאָזיציע געשאַפֿן לכּבֿוד שׂמחת־תּורה, וואָס הייסט פּשוט „שׂמחת־תּורה‟, האָט געשפּילט אייב שוואַרצס „ייִדישער אָרקעסטער‟ אין די 1910ער און 1920ער יאָרן. אָט קענט איר הערן זייער נוסח פֿונעם ליד, וואָס די פֿירמע „קאָלומביע‟ האָט אַרויסגעלאָזט אויף אַ פּלאַטע אין 1917.
דאָס ליד שפּילט אויך די מאָדערנע קלעזמער־קאַפּעליע „חבֿרותא‟ אין אַ מער טריבענעם און רוחניותדיקן נוסח מיט בלויז סטרונע־אינסטרומענטן, בראָש מיט אַ פֿידל און צימבל.
ייִדישע פּאָעטן, אַרײַנגערעכנט גאָר מאָדערנע, האָבן אויך אָנגעשריבן לידער וועגן שׂמחת־תּורה. לייב נײַדוס, וואָס איז באַקאַנט דווקא פֿאַר זײַנע סעקולערע לידער און מײַסטערהאַפֿטיקע איבערזעצונגען פֿון דער וועלט־פּאָעזיע אויף ייִדיש, האָט אויך אָנגעשריבן אַ ליד וועגן שׂמחת־תּורה. דער קאָמפּאָזיטאָר דוד באָטוויניק, וואָס איז זייער אַ גרויסער אָנהענגער פֿונעם פּאָעט, האָט געשאַפֿן מוזיק צו נײַדוס ליד. אָט קענט איר הערן ווי ליסאַ ווילסאָן זינגט דאָס ליד אין איר קלאַסישן קינסטלערישן סטיל.
אפֿשר דאָס סאַמע רירנדיקסטע ליד וועגן שׂמחת־תּורה האָט אָנגעשריבן דער פּאָעט יוסף קערלער אין 1953 ווען ער איז געווען פֿאַרשפּאַרט אינעם טרויעריק־באַרימטן סאָוועטישן לאַגער „וואָרטוקאַ‟. דאָס ליד קוקט אַרויס אויף אַ בעסערער צײַט, ווען מע וועט קענען פּראַווען דעם יום־טובֿ בפֿרהסיא. אָט זינגט ער דאָס ליד, צוזאַמען מיט זײַן זון, דער פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער. דעם פֿילם האָט געמאַכט מענדי כּהנא אין 1998.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.