אױ, װי גרױס און װײַטזיניק זײַנען געװען אונדזערע אָבֿות און װי קלײן זײַנען די הײַנטצײַטיקע חכמים, — אַזױ קלײן, אַז אָן אַ געלעכטער קען מען ניט לפֿרסם זײַן זײערע המצאָות און אַנטדעקונגען.
פֿון יאָר צו יאָר װאַרט איך מיט אַ פֿאַרהאַלטענעם אָטעם אױף דער צוטײלונג פֿונעם יערלעכן „שנאָבעל־פּרײַז‟ און יעדעס יאָר װער איך איבערצײַגט, אַז פֿון װיסנשאַפֿט ביז קאָמעדיע־טעאַטער איז אַ קאַצנשפּרונג. עס קען זײַן, אַז פּונקט אַזױ האָבן זיך געקאַטשעט פֿון געלעכטער אונדזערע אָבֿות, װען זײ האָבן געשריבן די מסכתּא „ביצה‟ (אַן אײ) און האָבן זי אָנגעהױבן מיט די אָ װערטער, — ביצה שנולדה ביום־טובֿ, אַן אײ, װאָס איז געלײגט געװאָרן אום שבת און יום־טובֿ… נו, יאָ, טײַערע ייִדן, זיצט און ברעכט זיך דעם קאָפּ — צי מעג מען עסן אַן אײ, װאָס די הון האָט געלײגט אום שבת אָדער יום־טובֿ?… און כאָטש די דאָזיקע פֿראַגע איז גאָר אַ װיכטיקע פֿאַר די פֿרומע לײַט (מע זאָל, חלילה, ניט מחלל־שבת זײַן), אָבער איך װוּנדער זיך ניט, אַז דװקא די־אָ טעמע, מיט די ביצים אין מיטן, איז געװאָרן בײַ ייִדן אַ מקור פֿון אַ שלל פֿאָלקס־װיצן און גרעבלעכע אַנעקדאָטן. נו, מילא, דער אינטערעס פֿון עמך צו די אײדל־גרעבלעכע טעמעס איז שטענדיק געװען אומפּראָפּאָרציאָנעל גרױס, אין פֿאַרגלײַך, צום בײַשפּיל, צו די װיצן װעגן „צער־בעלי־חײם‟.
די 25סטע פֿאַרטײלונג פֿונעם „שנאָבעל־פּרײַז‟, װאָס איז פֿאָרגעקומען דעם 17טן סעפּטעמבער אינעם סאַנדערס־טעאַטער בײַם האַרװאַרדער אוניװערסיטעט, האָט נאָר פֿעסטער געמאַכט מײַן דעה, אַז ניט קוקנדיק אױפֿן פּראָגרעס אין „אַלץ־איז־דערלױבט‟, זײַנען די טעמעס אױפֿן געביט פֿון פֿיזיאָלאָגיע פּונקט אַזױ פּאָפּולער װי מיט פֿינעף הונדערט יאָר צוריק, אין די צײַטן פֿון פֿראַנסואַ ראַבלע.
דער „שנאָבעל־פּרײַז‟ אױפֿן כעמיע־געביט איז צוגעטײלט געװאָרן אַ גרופּע געלערנטע פֿונעם קאַליפֿאָרניִער אוניװערסיטעט, פֿאַר אַנטדעקן אַ שיטה, װעלכע דערלױבט צו פֿאַרװאַנדלען די געקאָכטע אײער אין רױע, (“Shear-Stress-Mediated Refolding of Proteins from Aggregates and Inclusion Bodies”).
די אַמעריקאַנער פֿיזיקער פֿון דזשאָרדזשיע האָבן באַװיזן, אַז ניט קוקנדיק אױף דער גרײס פֿון אַ חיה (עס זאָל זײַן אַ העלפֿאַנד אָדער אַ מױז), דױערט דער פּראָצעס פֿון, כ’בעט איבער אײַער כּבֿוד, משתּין זײַן אַרום 21 סעקונדן, (“Duration of Urination Does Not Change With Body Size”).
אױפֿן ביאָלאָגיע־געביט האָבן זיך אױסגעצײכט די געלערנטע פֿון טשילע און פֿאַראײניקטע שטאַטן, װעלכע האָבן באַװיזן, אַז אױב אַ הון שטעלט מען צו אַ קינסטלעכן עק װעט איר „גאַנג־און־הולך‟ זײַן פּונקט אַזאַ װי בײַ די קדמונישע דינאָזאַװרען, (Walking Like Dinosaurs: Chickens with Artificial Tails Provide Clues about Non-Avian Theropod Locomotion).
אױפֿן ליטעראַטור־געביט איז דער „שנאָבעל־פּרײַז‟ צוגעטײלט געװאָרן אַ גרופּע האָלענדישע לינגװיסטן, װעלכע האָבן באַװיזן, אַז די אינטעריעקציע „האַ?‟ איז דאָ אין אַלע שפּראַכן און דינט נאָר כּדי איבערפֿרעגן דעם מיטשמועסער.
דעם פּרײַז אױפֿן עקאָנאָמיק־געביט האָט געקראָגן דער בראַװער פּאָליצײַ־אַמט פֿון דער טײַלענדישער שטאָט באַנגקאָק פֿאַר זײער פֿאָרשלאָג אױסצוצאָלן אַ פּרעמיע יענע פּאָליציאַנטן, װעלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון נעמען כאַבאַר אָדער האָבן געגעבן אַן ערנװאָרט ניט נעמען כאַבאַר.
די לאַורעאַטן אױפֿן מאַטעמאַטיק־געביט האָבן אױסגערעכנט, אַז כּדי צו האָבן 888 קינדער, האָט דער מאַראָקאַנער סולטאַן איסמאַיִל געדאַרפֿט האָבן טאָג־טעגלעכע סעקסועלע באַציִונגען מיט זײַנע פֿרױען אין משך פֿון 32 יאָר.
אַזש צװײ פּרײַזן האָט געקראָגן דער קאָרנעלער פֿיזיאָלאָג און ענטאָמאָלאָג מײַקל סמיט, װעלכער האָט אױסגעפֿאָרשט, און טאַקע אױף זיך אַלײן, אין װעלכע טײלן פֿון קערפּער רופֿן אױס די בינען־שטעכן די סאַמע װײטיקדיקע שפּירונגען, — אין דער אײבערשטער ליפּ, אין די נאָזלעכער און, מוחל, אין די אינטימע ערטער, (Honey Bee Sting Pain Index by Body Location).
אַ גרױסע גרופּע פֿון די סלאָװאַקישע געלערנטע האָט באַקומען דעם „שנאָבעל־פּרײַז‟ פֿאַר זײערע אױספֿאָרשונגען אױפֿן ביאָלאָגיע־געביט. זײ האָבן באַװיזן, אַז די לאַנגע און אינטענסיװע קושן און אַנדערע „אינטימע טאַטן‟ צװישן די מענטשן, פֿאַרמינערן די ריזיקע פֿון קריגן אַ הױט־אַלערגיע. (Prevalence and Persistence of Male DNA Identified in Mixed Saliva Samples After Intense Kissing)
אַ ספּעציעלן פּרײַז אױפֿן מענעדזשמענט־געביט האָבן באַקומען די מחברים פֿון אַ פֿאָרשונג, װעלכע האָט באַװיזן, אַז יענע הצלחהדיקע געשעפֿט־מאַכער, װעלכע אין זײערע קינדער־יאָרן האָבן איבערגעלעבט אַ קאַטאַסטראָפֿע זײַנען מער מוטיק אין אָננעמען אַ ריזיקאַלן באַשלוס, (What Doesn’t Kill You Will Only Make You More Risk-Loving: Early-Life Disasters and CEO Behavior).
גאָר געניעל איז די אַנטדעקונג אױפֿן געביט פֿון דער מעדיצין־דיאַגנאָסטיק. די געלערנטע האָבן באַװיזן, אַז „מע קען מאַכן אַ ריכטיקן דיאַגנאָז פֿון אַפּענדיציט לויט וויפֿל ווייטיק דער פּאַציענט לײַדט בעת מע פֿירט אים [אינעם אַמבולאַנס] איבער גיכקייט־בערגלעך.
יעדער לאַורעאַט האָט געקראָגן אַן אַסיגנאַציע פֿון 10 טריליאָן זימבאַבװיער דאָלאַרן. זאָל זײ װױל באַקומען!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.