אַמאָל איז געווען אַ מעשׂה, אַ ציגעלע אַ ווײַסע. איך אַליין בין דערבײַ ניט געווען, איך האָב דאָס מיט מײַנע אויגן ניט געזען. נאָר דער טאַטע האָט דאָס מיר דערציילט איינמאָל פּסח צום סדר, און ער האָט מיך געבעטן, אַז איך זאָל דאָס אײַך, קינדער, דערציילן.
הערט נאָר אַ מעשׂה מיט אַ ציגעלע אַ ווײַסע. די מעשׂה איז אַזוי געווען:
דער טאַטע האָט געקויפֿט דאָס ציגעלע אויפֿן מאַרק בײַ אַ פּויער פֿאַר צוויי גילדיין. האָט דאָס ציגעלע ניט געוואָלט גיין מיטן טאַטן אַהיים. זאָגט דער טאַטע צום ציגעלע:
— ציג־ציג, בערדעלע,
זײַ זשע ניט קיין פֿערדעלע,
וואָס וועסטו דאָ שטיין?
קום צו מיר אַהיים!
אונטער מײַן ייִנגעלעס וויגעלע
וועט שטיין אַ קלאָר־ווײַס ציגעלע,
און איך וועל פֿאָרן האַנדלען
ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.
האָט דאָס ציגעלע אַ שאָקל געטאָן מיטן בערדעלע און איז אַוועק מיטן טאַטן אַהיים. און דער טאַטע האָט אַוועקגעשטעלט דאָס קלאָר־ווײַסע ציגעלע אונטער זײַן ייִנגעלעס וויגעלע און אַליין איז ער אַוועקגעפֿאָרן האַנדלען ראָזשינקעס מיט מאַנדלען.
לויפֿט פֿאַרבײַ אַ שוואַרצע קאַץ, זעט זי, אונטערן ייִנגעלעס וויגעלע שטייט אַ קלאָר־ווײַס ציגעלע. וויל די שוואַרצע קאַץ אויפֿעסן דאָס קלאָר־ווײַסע ציגעלע. זאָגט צו איר דאָס ציגעלע:
— קאַץ, דו קאַץ, פֿאַר וואָס עסטו ניט אַ ראַץ? איך בין אַ קלאָר־ווײַס ציגעלע און איך דאַרף שטיין אונטערן ייִנגעלעס וויגעלע.
אָבער די שוואַרצע קאַץ איז געווען שלעכט און בייז, האָט זי געכאַפּט און אויפֿגעגעסן דאָס ציגעלע, וואָס דער טאַטע האָט געקויפֿט פֿאַר צוויי גילדיין.
לויפֿט פֿאַרבײַ אַ הינטעלע. זעט דאָס, ווי די קאַץ עסט דאָס ציגעלע פֿון אונטערן ייִנגעלעס וויגעלע. נעמט דאָס הינטעלע בילן און האַווקען:
— האַוו־האַוו, דו שוואַרצע קאַץ, פֿאַר וואָס עסטו ניט אַ ראַץ, און דו עסט אַ קלאָר־ווײַס ציגעלע אונטערן ייִנגעלעס וויגעלע? איך וועל דיר דערפֿאַר אַ ביס טאָן.
מיאַוקעט די קאַץ און זאָגט צום הינטעלע:
— מיאַו־מיאַו! מאַך ניט האַו־האַו! נאַדיר אַ פּאָר ביינדלעך, און בײַס מיך ניט מיט דײַנע ציינדלעך.
אָבער דאָס הינטעלע האָט ניט געוואָלט קיין ביינדלעך פֿון אַ קלאָר־ווײַס ציגעלע, וואָס שטייט אונטער אַ ייִנגעלעס וויגעלע. האָט דאָס הינטעלע זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף דער קאַץ און גענומען זי בײַסן דערפֿאַר וואָס זי האָט אויפֿגעגעסן דאָס ציגעלע, וואָס דער טאַטע האָט געקויפֿט פֿאַר צוויי גילדיין.
גייט פֿאַרבײַ אַ שטעקן מיט צוויי עקן, זעט ער, ווי דאָס הינטעלע בײַסט די קאַץ. פֿרעגט דער שטעקן ניט קיין קשיות: פֿאַר וואָס, פֿאַר ווען? נאָר ער ווייסט, אַז אַ הונט דאַרף מען שלאָגן, ווײַל ער רעכנט, אַז אַ הונט איז ווערט דעם שטעקן. האָט גענומען דער שטעקן שלאָגן דאָס הינטעלע און האָט אים אונטערגעהאַקט אַ פֿיסעלע.
טראָגט זיך אָן אַ פֿײַער, ווער ווייסט פֿון וואַנען, און עס זעט, ווי דער שטעקן שלאָגט דאָס הינטעלע, און דאָס הינטעלע סקאַווויעט אַזוי, אַזש עס איז אַ צער־בעלי־חיים! פֿרעגט דאָס פֿײַער בײַם שטעקן:
— שטעקן, שטעקן מיט צוויי עקן! פֿאַר וואָס שלאָגסטו דאָס אָרעמע הינטעלע?
ענטפֿערט דער שטעקן מיט צוויי עקן:
— דער הונט איז ווערט דעם שטעקן!
פֿרעגט דאָס פֿײַער בײַם הינטעלע:
— הינטל, הינטל, מיט די אויגן ניט פּינטל! זאָלסט זיך גאָרניט שרעקן, און זאָג מיר, וואָס האָט צו דיר דער שטעקן?
דערציילט דאָס הינטעלע די גאַנצע מעשׂה מיט אַ ציגעלע אַ ווײַסע. זעט דאָס פֿײַער, אַז דאָס הינטעלע איז גערעכט. צינדט זיך אָן דאָס פֿײַער, פֿול מיט צאָרן און האָט גענומען ברענען דעם שטעקן פֿון ביידע עקן, פֿאַרוואָס ער האָט געשלאָגן דאָס הינטעלע, וואָס האָט געביסן די קאַץ, וואָס האָט אויפֿגעגעסן דאָס ציגעלע, וואָס דער טאַטע האָט געקויפֿט פֿאַר צוויי גילדיין.
לויפֿט פֿאַרבײַ אַ וואַסער. זעט דאָס וואַסער, ווי דאָס פֿײַער ברענט דעם שטעקן פֿון ביידע עקן. און איר ווייסט דאָך, אַז וואַסער מיט פֿײַער לעבן ניט גוט. פֿרעגט ניט דאָס וואַסער קיין שאלות, און נעמט גלײַך לעשן דאָס פֿײַער.
גייט פֿאַרבײַ אַן אָקס און ווייסט פֿון קיין מעשׂה ניט, נאָר ער איז דורשטיק, עס חלשט זיך אים טרינקען אַ שרעק! דערזעט ער דאָס וואַסער, אַזוי האָט ער זיך גלײַך אײַנגעבויגן און גענומען טרינקען און האָט אויסגעטרונקען ביז איין טראָפּן וואַסער. אָפּגעטרונקען און איז אַוועקגעגאַנגען. און די גאַנצע געשיכטע גייט אים ניט אָן.
איז געקומען דער טאַטע צוריק פֿון האַנדלען ראָזשינקעס מיט מאַנדלען. גיט ער אַ קוק אונטער זײַן ייִנגעלעס וויגעלע, ערשט עס איז ניטאָ דאָס קלאָר־ווײַסע ציגעלע, וואָס ער האָט געקויפֿט פֿאַר צוויי גילדיין!
זוכט אַרום דער טאַטע דאָס ציגעלע און קען עס ניט געפֿינען, און דאָס איז קיינער ניטאָ, ווער עס זאָל דערציילן די מעשׂה מיטן ציגעלע דאָס ווײַסע. ערשט אין מיטן דערינען שפּרינגט צו צום טאַטן אויף דרײַ פֿיסלעך דאָס הינטעלע, וואָס דער שטעקן האָט אים צעשלאָגן. נעמט דאָס הינטעלע זיך דרייען אַרום דעם טאַטן, הינקענדיק אויף איין פֿיסל, און קויטשעט און פּישטשעט. בויגט זיך צו אים אײַן דער טאַטע און גיט אים אַ גלעט און גיט אים אַ פֿרעג:
וואָס הינקסטו עפּעס, הינטל־פּינטל? ווער האָט דיר אונטערגעהאַקט אַ פֿיסל?
רופֿט זיך אָן דאָס הינטעלע:
אָט דאָס איז דאָך די מעשׂה! עס איז געווען אַ ציגעלע אַ ווײַסע…
גיט זיך אַ כאַפּ דער טאַטע:
— אַזוי? דו ווייסט, וווּ עס איז דאָס קלאָר־ווײַסע ציגעלע, וואָס איז געשטאַנען אונטערן ייִנגעלעס וויגעלע? נו־נו, אַדרבא, דערצייל מיר!
און דאָס הינטעלע האָט דערציילט דעם טאַטן די גאַנצע מעשׂה, ווי אַזוי די קאַץ האָט אויפֿגעגעסן דאָס ציגעלע, דאָס ווײַסע, און ווי ער, דער הונט, האָט דערפֿאַר צעביסן די קאַץ, און דערפֿאַר איז דער שטעקן אים באַפֿאַלן און אים אונטערגעהאַקט אַ פֿיסל, און אַזוי איז די גאַנצע געשיכטע ביז צום סוף.
גיט דער טאַטע אַ גלעט דעם הינטעלע איבערן קעפּעלע און זאָגט צו אים:
— דו ביסט אַ גוט הינטל, נאָר מיט די אויגן ניט פּינטל. אָבער אונטערן ייִנגעלעס וויגעלע מוז שטיין אַ קלאָר־ווײַס ציגעלע.
איז דער טאַטע אַוועק אין מאַרק און האָט געקויפֿט אַן אַנדער ציגעלע פֿאַר צוויי גילדיין, און אונטערן ייִנגעלעס וויגעלע איז שוין ווידער געשטאַנען אַ ציגעלע און דער טאַטע איז געפֿאָרן האַנדלען ראָזשינקעס מיט מאַנדלען. אָבער קיין שוואַרצע קאַץ איז שוין מער ניט געקומען, און אַלץ איז געווען שיין און פֿײַן און מע האָט געטרונקען מעד און ווײַן און מע האָט געזונגען „חד־גדיא, חד־גדיא‟. די מעשׂה מיט אַ ציגעלע אַ ווײַסע, וואָס דער טאַטע האָט געקויפֿט פֿאַר צוויי גילדיין. „חד־גדיא, חד־גדיא‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.