Oyneg Shabes

ר’ יעקבֿ און הער ישׂראל

Mr. Jacob and Mr. Israel

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אַז דער ליבער שבת באַהערשט די צײַט, הײבט ער אױך אָן צו באַהערשן די מחשבֿות. אַדרבא, די הענט זײַנען דאָך פֿרײַ, אין אורלױב; פֿאַר װאָס זשע זאָל דער קאָפּ ניט אַרבעטן פֿאַר צװײ אירע? סײַ פֿאַר יעקבֿן און סײַ פֿאַר ישׂראלן?… עס איז דען ניט גענוג, אַז אין מיטן דער װאָך דאַרפֿן זײ בײדע זיך מוטשען מיטן בײזן עשׂו?

מיט יאָרן צוריק, אין אײנער פֿון מײַנע פּיעסעס, בין איך געקומען צו אַ מסקנא, אַז דאָס שװערסטע אין לעבן איז צו קומען צו אַ הסכּם מיט זיך אַלײן. אָט, גיט אַ קוק, די אוראַלטע ייִדן זײַנען דאָך ניט געװען קײן טיפּשים, זײ האָבן גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז יעקבֿ און ישׂראל איז כּאילו דאָס זעלבע, אָבער טאַקע ניט דאָס זעלבע, און דאָס אינערלעכע געראַנגל צװישן זײ פֿירט, פֿון אײן זײַט, צו גבֿורה, און פֿון דער צװײטער זײַט, צו זעלבסט־פֿרעסערײַ. און אין דעם, מײן איך, שטעקט אַ מין װעגװײַזער פֿאַר דער פֿילפֿאַרביקער ייִדישער עדה; דעם װעלט־תּיקון זאָלט איר אָנהײבן פֿון זיך אַלײן, און טאַקע אױף אַזאַ גרונטלעכן אופֿן, אַז יעקבֿ און ישׂראל, לאה און רחל זאָלן, ערשטנס, שלום מאַכן אײנער מיטן צװײטן, און שױן נאָך דעם אָנהײבן טענות האָבן צו עשׂון, װײַל „עשׂו‟ איז אַ גראָבער המון און יעקבֿ־ישׂראל איז אַ שטוטשנע סחורה. און בכלל, טענהט מײַן פֿרױ, ס’װאָלט געװען גאָר נישקשה, װען יעדער אײנער װאָלט געקוקט נאָר אין זײַן טעלער; מע װאָלט פֿאַרשפּאָרט אַ פּאָר טײַערע אָפּעראַציעס אױף קאָרעגירן „די גרױסע אױגן‟.

פֿאַר זיך אַלײן האָב איך באַשלאָסן, אַז „מײַן שבת‟ איז ניט קײן טאָג פֿון דער װאָך, נאָר „מײַן אײגענער שבת‟ איז אַ יום־טובֿדיקער נשמה־צושטאַנד, און אױף אַזאַ אופֿן בין איך זיך מהנה מיט יענעמס חכמה און שאַרפֿזיניקײט. בנאמנות, עס העלפֿט צו קומען צו אַ פּשרה צװישן די צװײ װױלע ייִדן, װעלכע זיצן אין יעדן אײנעם פֿון אונדז, דהײַנו: ר’ יעקבֿ און הער ישׂראל.

* * *

בײַ אונדז אין שטעטל זײַנען געװען צװײ בעל־עגלות, אײנער האָט געהײסן ישׂראל און דער צװײטער, יאַנקל. אײן מאָל אום אַ שײנעם שבת נאָך מיטיק איז אונדזער רבֿ, ר’ חײמקע, געקומען אין שיל אַרײַן און האָט דערזען, װי יאַנקל דער בעל־עגלה האָט זיך גענומען זאָגן אַ פּרק „פּרקי אָבֿות‟ און האָט זיך דערבײַ צעװײנט אױף אַ קול. פֿרעגט אים ר’ חײמקע:

„יאַנקל־סערצע, װאָס װײנסטו אַזױ?‟

„רבי־לעבן, — ענטפֿערט אים יאַנקל, — װי אַזױ זאָל איך ניט װײנען, אַז סע שטײט בפֿרוש געשריבן: ׳כּל ישׂראל יש לכם חלק לעולם הבא׳. פֿאַר װאָס קומט עס מיר אַזאַ קריװדע?… ישׂראל דער בעל־עגלה האָט יאָ אַ חלק עולם הבא, און איך, יאַנקל — ניט?…‟

* * *

װעגן די זעלבע צװײ בעל־עגלות, ר’ יאַנקל און הער ישׂראל, פֿלעגט מען דערצײלן, אַז אײן מאָל, זיצנדיק אױף אַ באַנק און װאַרטנדיק אױף אַ קונה, האָבן זײ פֿאַרפֿירט אַזאַ טעאָלאָגישן שמועס:

„זאָג נאָר, סרוליק, װיפֿל צײַט דױערט בײַ דיר צו פֿאָרן פֿון בעלץ קײן יאַס?‟

„פּונקט צען שעה.‟

„און פֿון יאַס קײן בעלץ?‟

„שוטה אײנער! כ’האָב דאָך דיר געזאָגט, אַז פֿון בעלץ קײן יאַס איז צען שעה, איז פֿון יאַס קײן בעלץ אױך אַזױ.‟

„אױך מיר אַ חכם… דאָס איז דאָך גאָר קײן ראיה ניט. הלמאַי פֿון פּסח ביז שבֿועות איז זעקס װאָכן, אָבער פֿון שבֿועות ביז פּסח װיפֿל איז? שױן אַ ביסל מער! נו, װער זשע איז דאָ דער שוטה?!‟