Oyneg Shabes

„אַ סוכּהלע אַ קליינע‟

A Little Sukkah

  • Print
  • Share Share

אין פֿאַרגלײַך מיט פּורים, חנוכּה, שׂימחות־תּורה און פּסח איז סוכּות אַ שטיקל יותם ווען עס קומט צו די יום־טובֿ־לידער; קיין סך פֿאָלקס־לידער וועגן דעם יום־טובֿ זענען ניט פֿאַראַן. דער וויכטיקסטער אויסנאַם איז דאָס ליד „אַ סוכּהלע אַ קליינע‟, וואָס עס האָט לכתּחילה אָנגעשריבן דער דיכטער אַבֿרהם רייזען ווי אַ ליד (אָן מוזיק) מיטן נאָמען „אין סוכּה‟. אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פֿאָלקס־לידער, פֿאַר וועמען דער מחבר איז באַקאַנט, האָט דאָס פֿאָלק אַליין צוגעגעבן נײַע ווערטער במשך פֿון די יאָרן און מע קען געפֿינען פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿונעם ליד, וואָס מע האָט געזונגען איבער גאַנץ מיזרח־אייראָפּע.

„אַ סוכּלה אַ קליינע‟, צוזאַמען מיט שמערקע קאַטשערגינסקיס „זאָל שוין קומען די גאולה‟ און מאַרק וואַרשאַווקסקיס „אויפֿן פּריפּעטשיק‟, איז הײַנט איינע פֿון די זעלטענע ייִדישע לידער פֿון באַקאַנטע ניט־פֿרומע מחברים, וואָס איז זייער ברייט באַוווּסט צווישן די הײַנטיקע חסידים. מע קען הערן ווי כּמעט אַלע באַקאַנטע חסידישע זינגער און בדחנים זינגען הײַנט דאָס ליד און מע לערנט אים אַפֿילו אין געוויסע חסידישע מוסדות. די פּאָפּולעריטעט פֿונעם ליד אין דער חסידישער סבֿיבֿה שטאַמט צום טייל פֿון דעם, וואָס מע האָט דאָס ליד אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿון אַ פּאָפּולערן אַלבאָם אין 1991. אָט קענט איר הערן ווי אַזוי די זינגער סוקי און דינג האָבן אויפֿגעפֿירט דאָס ליד אויף זייער אַלבאָם „היימישע אידישע געזאַנגען‟. ווי איר קענט הערן, האָבן צוגעגעבן אַ פּאָר נײַע סטראָפֿעס בײַם סוף.

דאָס ליד האָט אויך געזונגען די ייִדישע פּאָעטעסע און זינגערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן ז׳׳ל. אָט קען מען הערן איר נוסח.