צירעלע און מירעלע זענען געווען צוויי חבֿרטעס. זיי זענען געווען אַזוי צוגעבונדן איינע צו דער אַנדערער, אַז צירעלע האָט ניט געקענט לעבן אָן מירעלען און מירעלע האָט ניט געקענט לעבן אָן צירעלען.
געוווינט האָבן זיי ביידע אויף איין גאַס, און ניט נאָר אויף איין גאַס, נאָר אויך אין איין הויז, אַ טיר לעבן אַ טיר, און ווי צירעלע פֿלעגט אָפּעסן אין דער פֿרי אָנבײַסן, אַזוי פֿלעגט זי אַוועקגיין צו מירעלען שפּילן זיך און אָפּשפּילן זיך ביז וואַרמעס, און נאָך וואַרמעס פֿלעגט מירעלע אַרײַנגיין צו צירעלען שפּילן זיך און אָפּשפּילן זיך ביז וועטשערע, און נאָך וועטשערע פֿלעגן זיי שוין גיין שלאָפֿן, ווײַל זיי זענען נאָך געווען קליינע מיידעלעך אין קורצע קליידעלעך, און קליינע מיידעלעך אין קורצע קליידעלעך גייען פֿרי שלאָפֿן, פּונקט ווי קליינע ייִנגעלעך גייען אויך פֿרי שלאָפֿן. ווען זיי שלאָפֿן, וואַקסן זיי, די קליינע מיידעלעך מיט די קליינע ייִנגעלעך, און וואָס פֿריִער זיי גייען שלאָפֿן, אַלץ גיכער וואַקסן זיי.
שלאָפֿן קינדער, וואַקסן זיי,
וואַקסן ווי אויף הייוון;
און די בעקלעך ווערן רויט,
ווי בײַם ברויט אין אויוון.
און צירעלע און מירעלע האָבן געחלשט ווערן גרויסע מיידעלעך, וואָרעם אַז צירעלע אָדער מירעלע פֿלעגט בעטן בײַ דער מאַמען אַ גרעסער שטיק לעקעך אָדער אַן אַנדער גוטע זאַך, וואָס מען קען ניט געבן קיין סך, פֿלעגט די מאַמע, צירעלעס אָדער מירעלעס, זאָגן: „וועסט גרעסער ווערן, וועסטו קריגן מער‟. נו, האָבן זיי געוואַרט, צירעלע און מירעלע, ביז זיי וועלן גרעסער ווערן און דערווײַל האָבן זיי זיך געשפּילט, און אַלע מאָל האָט מען זיי געזען ביידן שפּילנדיק זיך, ביידן צוזאַמען, אי אין שטוב, אי אין גאַס, ווײַל זיי האָבן דאָך ביידע געוווינט אויף איין גאַס, און ניט נאָר אויף איין גאַס, נאָר אויך אין איין הויז, אַ טיר לעבן אַ טיר.
איין מאָל מאַכט די מאַמע צו צירעלען:
— ווייסט צירעלע, מיר קלײַבן זיך דאָך אַרויס אויף אַן אַנדער גאַס, אין אַן אַנדער הויז, ווײַט פֿון דאַנען. מאָרגן קלײַבן מיר זיך אַרויס.
פֿרעגט צירעלע:
— און מירעלע?
ענטפֿערט די מאַמע:
— מירעלע וועט דאָ בלײַבן מיט איר טאַטן און מיט איר מאַמען.
האָט זיך צירעלע צעוויינט:
— מיט וועמען וועל איך זיך שפּילן?
מאַכט די מאַמע:
— מיט אַן אַנדער מיידעלע.
זאָגט צירעלע:
— ניין, איך וויל ניט קיין אַנדער מיידעלע. איך וויל מירעלען. איך וועל גיין זאָגן איר, זי זאָל אויך אַרויסקלײַבן זיך אין אַן אַנדער הויז.
און צירעלע איז אַרײַנגעלאָפֿן צו מירעלען און האָט איר דערציילט, אַז זיי קלײַבן זיך אַרויס אין אַן אַנדער הויז און זי זאָל זיך אויך אַרויסקלײַבן.
מאַכט מירעלע:
— איך וועל בעטן מײַן מאַמען.
און זי לויפֿט צו צו דער מאַמען און מאַכט צו איר:
— מאַמע, קלײַב זיך אויך אַרויס אין אַן אַנדער הויז, אַזוי ווי מירעלעס מאַמע.
זאָגט די מאַמע:
— ניין, מירעלע, מיר בלײַבן דאָ וווינען.
האָט זיך מירעלע צעוויינט:
— מיט וועמען וועל איך זיך שפּילן?
מאַכט די מאַמע:
— מיט אַן אַנדער מיידעלע.
זאָגט מירעלע, אַזוי ווי צירעלע:
— ניין, איך וויל ניט קיין אַנדער מיידעלע, איך וויל צירעלען.
מאַכט די מאַמע:
— נו, וועל איך דיך אַ מאָל נעמען צו צירעלען און דו וועסט זיך מיט איר שפּילן.
און צירעלע האָט זיך אַרויסגעקליבן, און מירעלע האָט זייער געוויינט און צירעלע אויך. און מירעלעס מאַמע האָט געזאָגט:
— וויין ניט, מירעלע, איך וועל דיך אַ מאָל נעמען צו צירעלען.
און צירעלעס מאַמע האָט אויך געזאָגט:
— וויין ניט, צירעלע, איך וועל דיך אַ מאָל נעמען צו מירעלען.
האָט זיך מירעלע ניט געקענט דערוואַרטן, ביז די מאַמע וועט זי נעמען צו צירעלען, און זי איז אַרויס פֿון הויז און איז אַליין אַוועק צו צירעלען. און אויך צירעלע האָט זיך ניט געקענט דערוואַרטן אויף איר מאַמען און איז אַליין אַוועק צו מירעלען.
גייט מירעלע צו צירעלען און צירעלע צו מירעלען, און ניט עס ווייסט מירעלע, וווּ עס וווינט צירעלע, און ניט עס ווייסט צירעלע, וווּ עס וווינט מירעלע, וואָרעם ביידע זענען נאָך קליינע קינדער, פּיצלעך. גייען זיי גלאַט אין דער וועלט אַרײַן — מירעלע צו צירעלען און צירעלע צו מירעלען, און איינע ווייסט ניט פֿון דער אַנדערער.
איז מירעלע געגאַנגען און געגאַנגען, ביז די פֿיסעלעך האָבן איר גענומען וויי טאָן, און וווּ צירעלע וווינט, ווייסט זי אַלץ ניט. האָט זי זיך אָפּגעשטעלט און גענומען וויינען. האָט אַ פּאָליציאַנט דערזען, אַז זי וויינט, גייט ער צו צו איר און פֿרעגט זי:
— וואָס וויינסטו, מיידעלע?
ענטפֿערט מירעלע:
— איך גיי צו צירעלען.
פֿרעגט דער פּאָליציאַנט:
— און ווער ביסטו אַליין?
ענטפֿערט מירעלע:
— איך בין מירעלע.
פֿרעגט דער פּאָליציאַנט:
— און ווער איז צירעלע?
ענטפֿערט מירעלע:
— דאָס איז מײַנע אַ חבֿרטע און איך גיי זיך שפּילן צו איר.
פֿרעגט דער פּאָליציאַנט:
— און וווּ וווינט זי, צירעלע?
ענטפֿערט מירעלע:
— איך ווייס ניט.
פֿרעגט דער פּאָליציאַנט:
— און וווּ וווינסטו אַליין?
ענטפֿערט מירעלע:
— איך ווייס ניט.
פֿרעגט דער פּאָליציאַנט:
— נו, אויב דו ווייסט ניט, טאָ קום מיט מיר אין פּאָליציי־הויז אַרײַן און דאָרטן וועסטו שוין וואַרטן אויף דײַן מאַמען, וואָרעם אַ מיידעלע, אַז זי פֿאַרבלאָנדזשעט, מוז זי גיין אין פּאָליציי־הויז און וואַרטן דאָרטן אויף דער מאַמען.
צעוויינט זיך מירעלע און זי זאָגט:
— ניין, איך וויל ניט גיין צו מײַן מאַמען, איך וויל צו צירעלען.
זאָגט דער פּאָליציאַנט צו איר:
— נו, וועל איך דיר צירעלען אויך געפֿינען.
איז מירעלע אַוועק מיטן פּאָליציאַנט אין פּאָליציי־הויז אַרײַן. מירעלע איז דאָרטן געבליבן, און דער פּאָליציאַנט איז אַוועק זוכן צירעלען.
גייט דער פּאָליציאַנט און גייט, דערזעט ער, אַ מיידעלע שטייט. פֿרעגט ער זי:
— ווער ביסטו, מיידעלע?
ענטפֿערט דאָס מיידעלע:
— איך בין דאָך צירעלע און איך גיי צו מירעלען.
פֿרעגט דער פּאָליציאַנט:
— און ווייסטו, ווי צו גיין צו מירעלען?
ענטפֿערט צירעלע:
— ניין, איך ווייס ניט ווי צו גיין.
מאַכט דער פּאָליציאַנט:
— טאָ קום מיט מיר, וועל איך דיר ווײַזן.
איז צירעלע אַוועק מיטן פּאָליציאַנט. דער פּאָליציאַנט האָט זי געבראַכט אין פּאָליציי־הויז און זי האָט דערזען דאָרטן מירעלען. האָט זי זיך זייער דערפֿרייט, און מירעלע אויך.
דערווײַלע האָט צירעלעס מאַמע דערזען, אַז צירעלע איז ניטאָ, איז זי אַוועק זוכן זי. און מירעלעס מאַמע האָט דערזען, אַז מירעלע איז ניטאָ, איז זי אויך אַוועק זוכן. האָט צירעלעס מאַמע געזוכט צירעלען און מירעלעס מאַמע האָט געזוכט מירעלען. אָבער ניט צירעלעס מאַמע האָט געקענט געפֿינען צירעלען און ניט מירעלעס מאַמע האָט געקענט געפֿינען מירעלען. האָבן זיי זיך אַזוי אָפּגעדרייט אַ גאַנצן טאָג, ביז זיי האָבן זיך ביידע באַגעגנט אויף אַ ראָג גאַס. רופֿט זיך אָן צירעלעס מאַמע:
— האָט איר ניט געזען מײַן צירעלען?
מאַכט מירעלעס מאַמע:
— האָט איר ניט געזען מײַן מירעלען?
זענען זיי ביידע אַוועק זוכן די קינדער אין פּאָליציי־הויז, וואָרעם אין פּאָליציי־הויז געפֿינט מען אַלע פֿאַרבלאָנדזשעטע קינדער, און דאָרטן האָבן זיי זיי טאַקע געפֿונען: צירעלעס מאַמע האָט געפֿונען צירעלען און מירעלעס מאַמע האָט געפֿונען מירעלען.
צירעלע איז אַוועק מיט איר מאַמען אַהיים. אויפֿן וועג האָט צירעלע געזאָגט צו איר מאַמען:
— איצט ווייס איך, מאַמע, ווי צו גיין צו מירעלען. דער פּאָליציאַנט וועט מיר ווײַזן.
מירעלע איז אויך אַוועק מיט איר מאַמען אַהיים און אויפֿן וועג האָט זי אויך געזאָגט צו איר מאַמען:
— איצט ווייס איך שוין, ווי צו גיין צו צירעלען. דער פּאָליציאַנט וועט מיר ווײַזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.