זײַן נאָמען איז צערונען געװאָרן צװישן די מיליאָנען ניו־יאָרקער ייִדן, װעלכע מיט אַריבער הונדערט יאָר צוריק האָבן זיך אַרױסגעריסן פֿונעם ביטערן רוסלענדישן תּחום־המושבֿ און זײַנען אָנגעקומען קײן אַמעריקע מיט אַ האָפֿענונג צו װערן אַ גלײַכער צװישן די גלײַכע. הײסן האָט ער געהײסן אַבֿרהם סקלאַרין, און איך בין ניט זיכער, צי עס װעט זיך נאָך געפֿינען אין ניו־יאָרק אַ געלערנטער ייִד, װעלכער װעט זיך דערמאָנען אין זײַן כּשרן נאָמען.
דער אמת איז, אַז קײן גרױסער געלערנטער אָדער אַ פּאָפּולערער שרײַבער איז ער טאַקע ניט געװען, אָבער טאַקע ער, אַ פּשוטער ייִד, װעלכער איז געקומען קײן אַמעריקע מיט אַ לאָך אין דער קעשענע, איז געװאָרן אַ גרױסער סוחר, און זינט 1945 האָט ער אױסגעהאַלטן צענדליקער ייִדישע שולן אין ניו־יאָרק. אַחוץ זײַן מעצענאַטישער טעטיקײט, איז אַבֿרהם סקלאַרין געװען אַ גרױסער ליבהאָבער פֿון ייִדישע חכמות און װיצן. זײַן זאַמלונג, לױט מײַן מײנונג, איז אַ שײנער מוסטער פֿונעם אינטעליגענטן און באַשײדענעם צוגאַנג צו דער פֿאָלקס־שאַפֿונג. מע דאַרף זײַן אַ גרױסער מומחה, כּדי אונטערצושײדן, װעלכע פֿון די הונדערטער מעשׂהלעך זײַנען סקלאַרינס אײגענע װערק, און װעלכע זײַנען פּשוט איבערדערצײלט געװאָרן פֿון אַנדערע מינדלעכע מקורות.
אַזױ צי אַנדערש, נאָר עס װילט זיך מיר אָנװינטשן אױף אַלע ייִדישע קינדער אַזאַ רײַכע, פּינקטלעכע און בילדערישע שפּראַך. דאָס לעבן אַלײן האָט באַװיזן, אַז גערעכט איז געװען פּראָפֿעסאָר שמעון נױבערג, װען ער האָט מיר אַ מאָל אַ זאָג געטאָן: „מעכל, די טײַערסטע שפּראַך־פּערל געפֿינען זיך אין די ביכער פֿון די פּשוטע אומבאַקאַנטע ייִדישע שרײַבערס‟.
געפֿונען זײַן גלײַכן
מע דערצײלט, אַז אַלבערט אײַנשטײן איז אַ מאָל, פֿאָרנדיק מיט דער באַן פֿון ניו־יאָרק קײן קאַליפֿאָרניע, אַרײַנגעגאַנגען אין דעם װאַגאָן־רעסטאָראַן, זיך צוגעזעצט צום טישל און גענומען קוקן אין מעניו. כאַפּט ער זיך פּלוצעם, אַז ער האָט גאָר פֿאַרגעסן מיטצונעמען זײַנע ברילן, און אָן ברילן זעט ער גאָרניט, די אותיות זעען אויס װי אַ פֿאַרנעפּלטע לופֿט. גיט ער דעם מעניו צום קעלנער און בעט אים, אַז ער זאָל עס אים איבערלײענען. בײגט זיך דער קעלנער צו צו אײַנשטײנס אױער און רױמט אים אײַן אַ סוד:
„באַלעבאָס, איך בין פּונקט אַזאַ בעזגראַמאָטנע עם־הארץ װי איר…‟
אַ פֿאַרערער
מע דערצײלט, אַז װען יאַשע חפֿץ האָט זיך אַ מאָל אַרײַנגעצױגן אין אַ נײַער דירה, האָט זיך די נײַעס באַלד פֿאַרשפּרײט צװישן די שכנים פֿון דעם הױז. אײנער פֿון די אײַנװוינער אױפֿן זעלבן שטאָק, אַן עלטערער ייִד, אַ הדרת־פּנים, האָט אין אַ שײנעם פֿרימאָרגן אָנגעקלאַפּט אין יאַשע חפֿצעס טיר. די דינערין פֿרעגט דעם שכן: „װאָס װילט איר?‟
„איך װיל, — ענטפֿערט דער ייִד,— זען דעם הער חפֿץ.‟
„אָבער, — מאַכט זי, — הער חפֿץ איז זײער מיד, ער האָט נעכטן געהאַט אַ קאָנצערט.‟
דער ייִד איז אָבער ניט אָפּגעטראָטן ביז יאַשע חפֿץ איז אַלײן צוגעקומען צו דער טיר, און זעענדיק פֿאַר זיך אַזאַ שײנעם זקן, האָט ער אים אַרײַנגערופֿן און אים געבעטן זיצן.
„אַזױ? — גיט דער ייִד אַ פֿרעג, — זענט איר עס טאַקע יאַשע חפֿץ אַלײן?‟
יאַשע חפֿץ, װידער, זעענדיק, אַז ער האָט פֿאַר זיך אײנעם פֿון זײַנע גרױסע פֿאַרערער, גיט ער אַ נעם די פֿידל און הײבט אָן צו שפּילן.
„װאָס? — שרײַט אַרױס דער ייִד מיט באַװוּנדערונג, — איר קענט גאָר שפּילן פֿידל אױך?…‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.