אַמאָל איז געווען אַ פֿייגעלע, ניט אַ פֿייגעלע פֿון הימל, נאָר אַ פֿייגעלע אויף דער ערד. אַ פֿייגעלע אַ מיידעלע, אַ מיידעלע אין אַ קליידעלע, און גערופֿן האָט מען זי פֿייגעלע.
איז פֿייגעלע דאָס מיידעלע אַרומגעגאַנגען און אַרומגעלאָפֿן אויף דער ערד, אַזוי ווי אַלע אַנדערע מיידלעך, וואָס זיי טראָגן קליידלעך. האָט זי איינמאָל דערזען אַ פֿייגעלע פֿליִענדיק, אַ פֿייגעלע פֿון הימל. האָט זיך פֿייגעלע פֿון דער ערד אויך פֿאַרוואָלט פֿליִען. אָבער זי האָט ניט געהאַט קיין פֿליגלען. נאָר הענטלעך, און מיט הענטלעך קען מען טאָן אַלצדינג אין דער וועלט, אָבער ניט פֿליִען, אַזוי ווי מע קען פֿליִען מיט פֿליגלען.
האָט פֿייגעלע־מיידעלע גענומען זינגען צו פֿייגעלען פֿון הימל:
פֿייגעלע פֿייגעלע —
פּי! פּי! פּי!
פֿון וואַנען קומסטו?
פֿון ניט הי.
ווענ׳סטו פֿליִען?
מאָרגן פֿרי!
ווער וועט פֿליִען?
איך מיט דיר!
פֿייגעלע, פֿייגעלע,
פֿלי, פֿלי, פֿלי!
איז פֿייגעלע פֿון הימל געפֿלויגן און געפֿלויגן, ביז עס האָט זיך איר פֿאַרוואָלט עסן. האָט זי מיט אַמאָל דערזען אַ ברעקל ברויט ליגנדיק אויף דער ערד לעבן פֿייגעלע־מיידעלע. האָט זי געוואָלט אַרונטער, כאַפּן דאָס ברעקל. האָט זי אָבער מורא געהאַט פֿאַר פֿייגעלע־מיידעלע, ווײַל זי האָט געוווּסט, אַז עס זײַנען פֿאַראַן קינדער, וואָס האָבן ליב צו כאַפּן פֿייגעלעך און צו האַלטן זיי אין די הענט און קוועטשן זיי. און אַ פֿייגעלע האָט ליב צו זײַן פֿרײַ און אַרומפֿליִען.
האָט פֿייגעלע־מיידעלע דערזען, ווי פֿייגעלע פֿון הימל פֿליט און קוקט אויפֿן ברעקל ברויט. האָט פֿייגעלע־מיידעלע געמיינט, אַז דאָס פֿייגעלע פֿון הימל קען ניט דערלאַנגען דאָס ברעקל ברויט, דערפֿאַר וואָס דאָס ליגט צו נידעריק אויף דער ערד. האָט פֿייגעלע־מיידעלע אויפֿגעהויבן דאָס ברעקל ברויט פֿון דער ערד און גערופֿן פֿייגלען פֿון הימל:
פֿייגעלע, פֿייגעלע,
מאַך צו דאָס אייגעלע!
זיי ניט פֿויל
און עפֿן דאָס מויל!
רופֿט זיך אָן פֿייגעלע פֿון הימל צו פֿייגעלען אויף דער ערד:
— ניין, מיידעלע, איך עס קיינמאָל ניט בײַ אַ מענטשן פֿון האַנט, ווײַל איך האָב מורא פֿאַר מענטשלעכע הענט. לייג אַוועק צוריק דאָס ברעקל אויף דר׳ערד און קער זיך אָפּ, וועל איך עס צוכאַפּן און אַנטלויפֿן.
האָט פֿייגעלע־מיידעלע אַזוי געטאָן, און פֿייגעלע פֿון הימל האָט גלײַך אַ פֿלי געטאָן צום ברעקל, אַ כאַפּ געגעבן דאָס מיטן שמאָלן און שאַרפֿן שנעבעלע און געוואָלט שוין אַנטלויפֿן דערמיט. אָבער פֿייגעלע־מיידעלע האָט זיך גענומען בעטן בײַ פֿייגעלע פֿון הימל, זי זאָל זי אויך נעמען מיט זיך, וווּהין זי פֿליט.
האָט פֿייגעלע פֿון הימל געזאָגט צו פֿייגעלע־מיידעלע:
— ניין, מיידעלע, נאָר פֿייגעלעך קענען פֿליִען.
זאָגט פֿייגעלע־מיידעלע:
— איך בין דאָך אַ פֿייגעלע. אַלע רופֿן מיך פֿייגעלע. פֿרעג, וועט מען דיר זאָגן.
זאָגט פֿייגעלע פֿון הימל:
— אָבער דו טראָגסט אַ קליידעלע, און איך טראָג פֿעדערלעך. זעסט?
— אָבער זע, ס׳אַראַ שיינע הענטלעך האָב איך! — האָט פֿייגעלע־מיידעלע זיך אָנגערופֿן, — בלאָנדע הערעלעך, שיינע הערעלעך, שענער פֿון דײַנע פֿעדערלעך!
— יאָ — האָט פֿייגעלע פֿון הימל צוריק געזאָגט, — מיט הערעלעך קען מען ניט פֿליִען. מען מוז האָבן פֿליגעלעך אַזוי ווי איך. מען דאַרף פּאַטשן מיט די פֿליגלעך און פֿליִען.
— וועל איך פּאַטשן מיט די הענטלעך און פֿליִען, — האָט פֿייגעלע־מיידעלע געזאָגט.
— איך האָב מיט דיר קיין צײַט ניט צו רעדן, — האָט פֿייגעלע פֿון הימל געזאָגט, — מײַנע קינדערלעך וואַרטן אויף מיר. זיי זיצן אין נעסט און וואַרטן אויף מיר, איך זאָל זיי ברענגען עפּעס עסן. זיי זענען הונגעריק.
און פֿייגעלע פֿון הימל האָט אַ מאַך געטאָן מיט אירע פֿליגלעך און איז אַוועקגעפֿלויגן. האָט פֿייגעלע־מיידעלע געוואָלט איר נאָכמאַכן און זי האָט אויך אַ מאַך געטאָן מיט אירע הענטלעך. אָבער פֿליִען האָט זי אַלץ ניט געקענט. איז זי אַוועקגעלאָפֿן אַהיים צו דער מאַמען מיט אַ געוויין:
— מאַמע! איך וויל פֿליִען.
זאָגט צו איר די מאַמע:
— נאַריש קינד, וואס איז דיר אײַנגעפֿאַלן? ווי אַזוי קענסטו פֿליִען?
רופֿט זיך אָן פֿייגעלע:
— טאָ פֿאַר וואָס פֿליט יענע פֿייגעלע, וואָס אויפֿן הימל? אַלע פֿייגלעך פֿליִען, וויל איך אויך פֿליִען.
האָט זיך די מאַמע צעלאַכט און געזאָגט:
— יאָ, אָבער, דו ביסט דאָך ניט קיין פֿייגעלע! מען רופֿט דיך נאָר פֿייגעלע, אָבער אַזוי ביסטו אַ מיידעלע. און מיידלעך קענען ניט פֿליִען, סײַדן אויף אַן עראָפּלאַן.
— נו, טאָ וויל איך פֿליִען אויף אַן עראָפּלאַן, — האָט פֿייגעלע געזאָגט.
— רעכט, — האָט די מאַמע געענטפֿערט, — דער טאַטע וועט קומען, וועסטו אים בעטן, וועט ער דיך נעמען פֿליִען אויף אַן עראָפּלאַן.
האָט פֿייגעלע געוואַרט, ביז דער טאַטע איז געקומען, און אַז דער טאַטע איז געקומען, האָט זי אים דערציילט די גאַנצע מעשׂה מיטן פֿייגעלע און אים געזאָגט, אַז זי וויל אויך פֿליִען, זאָל ער זי נעמען אויף אַן עראָפּלאַן.
האָט דער טאַטע צוגעזאָגט פֿייגעלען, אַז ער וועט זי נעמען אַמאָל אויף אַן עראָפּלאַן פֿליִען. האָט פֿייגעלע געוואַרט און געוואַרט און דערווײַל האָט זי געקוקט, ווי יענע פֿייגעלע פֿליט און זי האָט איר שטאַרק מקנא געווען, וואָס זי פֿליט.
— וואַרט, איך וועל אויך פֿליִען, אויף אַן עראָפּלאַן! — האָט פֿייגעלע־מיידעלע געזאָגט צו פֿייגעלע פֿון הימל.
און פֿייגעלע־מיידעלע איז טאַקע געפֿלויגן אויף אַן עראָפּלאַן. זי איז געפֿלויגן ווי אַ פֿײַל פֿון בויגן און האָט געזוכט יענע פֿייגעלע, צו ווײַזן איר, אַז זי, פֿייגעלע־מיידעלע, קען אויך פֿליִען.
ענדלעך האָט פֿייגעלע־מיידעלע דערזען פֿייגעלע פֿון הימל, און ווען זי האָט זי דערזען, האָט זי גענומען פּאַטשן מיט די הענטלעך און זינגען:
פֿייגעלע, פֿייגעלע,
פּי, פּי, פּי!
גיב אַ קוק,
ווי איך פֿלי.
איך פֿלי אויך,
אין דער הויך.
האָט פֿייגעלע פֿון הימל אַ קוק געטאָן אויפֿן עראָפּלאַן, אין וועלכן פֿייגעלע־מיידעלע איז געפֿלויגן, האָט זי געמיינט, אַז דאָס איז אַ שטײַג. האָט זיך פֿייגעלע פֿון הימל געוווּנדערט, ווי אַזוי קען מען דאָס אַרומפֿליִען זיצנדיק אין אַ שטײַג. האָט איר פֿייגעלע־מיידעלע געזאָגט, אַז דאָס איז אַן עראָפּלאַן, ניט קיין שטײַג, אין וועלכן מע האַלט די פֿייגלעך אײַנגעשפּאַרט.
האָט פֿייגעלע פֿון הימל אַ פּאַטש געטאָן מיט די פֿליגלעך און זיך אָנגערופֿן צו פֿייגעלע־מיידעלע:
— פֿלי געזונט, פֿייגעלע־מיידעלע, און קום געזונט צו דײַן מאַמען אַהיים.
האָט פֿייגעלע־מיידעלע אַ פּאַטש געטאָן מיט די הענטלעך און געענטפֿערט:
— דו פֿלי אויך געזונט, פֿייגעלע פֿון הימל, און קום געזונט צו דײַנע קינדערלעך אין נעסט, און קום אַמאָל צו מיר אויך אין געסט.
פֿייגעלע פֿון הימל האָט צוגעזאָגט, אַז זי וועט קומען צו פֿייגעלען אויף דער ערד. און זי איז טאַקע געקומען און פֿייגעלע האָט זי פֿײַן אויפֿגענומען. זי האָט פֿאַר איר געמאַכט אַ גאַנצע סעודה, און אַ קלעזמער האָט געשפּילט אויף אַ דודע, און ביידע פֿייגלעך האָבן געזונגען און דערצו אויך געטאַנצט און געשפּרונגען.
אַ פֿלעקעלע אַרײַן, אַ פֿלעקעלע אַרויס: איין פֿייגעלע איז אַוועקגעפֿלויגן, די אַנדערע איז געבליבן אין הויז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.