Oyneg Shabes

אַ מעשׂה מיט אַ שניימענטשעלע

A Story with a Snowman

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

דאָס איז געווען איין מאָל אַ ווינטער אין דער פֿרי, זענען די קינדער אַרויס אין גאַס, האָבן זיי דערזען, עס ליגט אַ סך שניי. רופֿט זיך אָפּ איינער, אַ יונג מיט ביינער: — ווייסט איר וואָס, קינדער? לאָמיר נעמען און מאַכן אַ מענטשעלע פֿון שניי.

זאָגט אַ צווייטער, און מיטן קאָפּ דרייט ער:

— ניין, עס טויג ניט אין גאַס צו מאַכן אַ מענטשעלע פֿון שניי, ווײַל עס קען נאָך אָנפֿאָרן אַ וואָגן אָדער אַן אויטאָמאָביל און איבערפֿאָרן דאָס מענטשעלע, וואָס מיר וועלן מאַכן פֿונעם שניי. קומט בעסער אין פּאַרק, וועלן מיר דאָרטן געפֿינען אַ שטילן אָרט און דאָרטן ערשט וועלן מיר מאַכן אַ מענטשעלע פֿון שניי.

זענען אַלע קינדער אַוועק אין פּאַרק און זיי האָבן געפֿונען דאָרטן אַ שטילן אָרט און האָבן גענומען גלײַך מאַכן אַ מענטשעלע פֿון שניי.

שנעל האָבן די קינדער געאַרבעט, און באַלד איז בײַ זיי פֿאַרטיק געוואָרן דאָס מענטשעלע, מער ניט אַנטשטאָט אויגן האָט דאָס מענטשעלע געהאַט אַ פּאָר לעכער, און די קינדער האָבן געוואָלט, עס זאָל אויסקוקן ווי אויגן, ניט ווי לעכער.

האָבן זיי געטראַכט, וואָס צו טאָן. רופֿט זיך אָפּ איין ייִנגעלע מיט שוואַרצינקע אייגעלעך:

— ווייסט איר גאָר וואָס, קינדער? לאָמיר אים אַרײַנשטעקן אין די לעכער צוויי קוילן, וועט ער האָבן אַזעלכע שוואַרצע אויגן ווי איך.

איז דאָס די קינדער זייער געפֿעלן געוואָרן, האָבן זיי געפֿונען אַ פּאָר קוילן און אַרײַנגעשטעקט דעם שניימענטשעלע אין די לעכער, און דאָס שניימענטשעלע האָט געקראָגן אַזעלכע שוואַרצע אויגן ווי דאָס ייִנגעלע מיט די שוואַרצינקע אייגעלעך.

האָבן די קינדער געקוקט אויפֿן שניימענטשעלע און האָבן גאָר אָנגעקוואָלן פֿאַר פֿרייד. רופֿט זיך אָן דער איינער, דער יונג מיט ביינער:

— און ווי זאָלן מיר אים רופֿן אונדזער שניימענטשעלע?

האָבן זיי געטראַכט און געטראַכט, און ניט געקענט אויסטראַכטן קיין נאָמען פֿאַרן שניימענטשעלע. זאָגט דאָס ייִנגעלע מיט די שוואַרצע אייגעלעך:

— איך ווייס אַ נאָמען!

פֿרעגן אַלע קינדער:

— ווי? ווי?

ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע מיט די שוואַרצע אייגעלעך:

— שנייערל וועלן מיר אים רופֿן, ווײַל פֿון שניי איז ער געמאַכט.

האָבן אַלע קינדער גענומען שרײַען:

— יאָ, יאָ, שנייערל!

און זיי האָבן גענומען טאַנצן און שפּרינגען און זינגען:

— שנייערל הייסטו,
ווי אַ גולם שטייסטו,
און אויף דער זון צעגייסטו.

איז געקומען צו פֿליִען אַ ווינט און האָט גענומען בלאָזן אויף שנייערלען. האָט זיך שנייערל גענומען שאָקלען. האָבן די קינדער געמיינט, אַז שנייערל וויל זיי עפּעס זאָגן. אָבער שנייערל האָט דאָך ניט געהאַט קיין צינגעלע, מיט וואָס צו רעדן. האָבן די קינדער גענומען לאַכן און זינגען:

— שנייערל ייִנגעלע,
האָסט ניט קיין צינגעלע,
אַזוי ווי אַ ייִנגעלע.
האָסט ניט קיין ציינדעלעך,
האָסט ניט קיין ביינדעלעך.
זאָלסטו דאָ שטיין,
ביז דו’סט צעגיין.

זענען אַלע קינדער אַוועק אַהיים און האָבן איבערגעלאָזן שנייערלען אַליין.

איז שנייערל געשטאַנען און געשטאַנען איינער אַליין אין פּאַרק, ביז עס איז פֿאַרבײַגעגאַנגען אַ גרויסער נאַר, כאָטש אין קוימען שפּאַר. האָט דער גרויסער נאַר דערזען שנייערל שטייט אַליין, האָט ער געמיינט, אַז דאָס איז ניט קיין מענטשעלע פֿון שניי, נאָר טאַקע אַן אמתער מענטש; אַ ייִנגעלע, אַזוי ווי אַלע ייִנגעלעך, נאָר ער איז מסתּמא געפֿאַלן, טראַכט ער, און האָט זיך דאָס אײַנגעקײַקלט אין שניי. טראַכט דער גרויסער נאַר: אַה, סאַראַ רחמנות אויפֿן ייִנגעלע איז! שטייט נעבעך איינער אַליין אין אַזאַ ביטערן פֿראָסט. ער איז אַוודאי דערפֿראָרן געוואָרן. מען דאַרף אים נעמען אַהיים און אָנוואַרעמען אים.

דער גרויסער נאַר האָט געמיינט, אַז דאָס שניימענטשעלע איז אַ לעבעדיק באַשעפֿעניש, אויף וועלכן מען דאַרף רחמנות האָבן.

פֿרעגט דער גרויסער נאַר בײַם שניימענטשעלע:

— זאָג, ווי רופֿט מען דיך, ייִנגעלע?

אָבער דאָס שניימענטשעלע האָט דאָך ניט געהאַט קיין צינגעלע אַזוי ווי אַ ייִנגעלע, האָט ער דאָס ניט געקענט ענטפֿערן. אָבער דער גרויסער נאַר האָט דאָס ניט געוווּסט, נאָר ער האָט געמיינט, אַז פֿאַר קעלט איז בײַ אים אָפּגענומען געוואָרן דאָס לשון. רופֿט ער זיך אָן, דער גרויסער נאַר:

— אַך, אָרעם ייִנגעלע, דו האָסט אָפּגעפֿראָרן דײַן צינגעלע און דו קענסט ניט רעדן! קום, ייִנגעלע, צו מיר אַהיים, וועסטו זיך אָנוואַרעמען.

שנייערל האָט טאַקע געהאַט פֿיסעלעך, אָבער גיין מיט זיי האָט ער ניט געקענט, ווײַל ער איז געווען אַ שניימענטשעלע, ניט קיין לעבעדיק ייִנגעלע. אָבער דער גרויסער נאַר האָט דערפֿון ניט געוווּסט. טראַכט דער גרויסער נאַר: אַה, סאַראַ רחמנות אויפֿן ייִנגעלע! ער האָט אַוודאי די פֿיסעלעך אָפּגעפֿראָרן און ער קען ניט גיין.

רופֿט זיך אָן דער גרויסער נאַר צום שניימענטשעלע:

— קום ייִנגעלע, איך וועל דיך נעמען אויף די הענט און אַוועקטראָגן צו מיר אַהיים, וועסטו זיך אָנוואַרעמען.

האָט דער גרויסער נאַר גענומען שנייערלען אויף די הענט און אים אַוועקגעטראָגן צו זיך אַהיים. אין דער היים האָט דער נאַר געמאַכט דעם אויוון, און אַז דער אויוון איז גוט וואַרעם געוואָרן, האָט ער שנייערלען אַוועקגעזעצט אויפֿן אויוון, ער זאָל זיך אָנוואַרעמען.

איז שנייערלען געוואָרן זייער הייס, האָט ער גענומען צעגיין. האָט שנייערל גענומען שוויצן און וואַסער פֿון אים זיך גיסן און שפּריצן. האָט זיך דער גרויסער נאַר זייער דערשראָקן, און ער האָט ניט געוווּסט וואָס צו טאָן.

איז ער אַרויסגעלאָפֿן אויף דער גאַס מיט קולי־קולות: ראַטעוועט! אַ מענטש גייט אויס! — זענען געקומען צו לויפֿן אַלע קינדער. האָט זיי דער גרויסער נאַר גערופֿן אין הויז אַרײַן. זענען די קינדער אַרײַן אינעווייניק און זיי האָבן דערקענט דאָס שניימענטשעלע וואָס זיי האָבן געמאַכט. האָבן זיי געמאַכט אַ גרויס געלעכטער און גענומען זינגען:

— גרויסער נאַר,
גרויסער צער,
אײַ, ביסטו אַ מבֿין!
נעמסט אַ מענטש
פֿון שניי געמאַכט,
און זעצט אים אויפֿן אויוון.
כאַ־כאַ־כאַ, גרויסער נאַר!
כאַ־כאַ־כאַ, גרויסער צער!

און דער גרויסער נאַר האָט דעמאָלט דערזען זײַן גרויסע נאַרישקייט און ער האָט בײַ זיך אָפּגעמאַכט, מער קיין נאַר ניט צו זײַן.