אַ סך יאָרן האָב איך געזוכט און געזאַמלט די מינדלעכע און שריפֿטלעכע אַנעקדאָטן, אין װעלכע כאָטש אײן העלד איז אַ קינד. אױף חידושים, זײַנען אַזעלכע אַנעקדאָטן דאָ בשפֿע, און זײער טעמאַטיק איז זײער פֿאַרשידנאַרטיק — פֿון באַציִונגען צװישן די קינדער ביז די באַציִונגען צװישן דערװאַקסענע און קינדער.
אין דער ייִדישער מינדלעכער און שריפֿטלעכער אַנעקדאָטן־שאַפֿונג איז די ליסטע פֿון די פּערסאָנאַזשן זײער רעגלאַמענטירט. די געשעענישן קומען פֿאָר צװישן דעם טאַטע און זײַן זון; צװישן מאַמע און טאָכטער, אָדער צװישן אַ ייִנגל און אַ כּלל־קהל. און נאָך אײן שטריך, אין אונטערשײד פֿון אַנדערע „נאַציאָנאַלע אַנעקדאָטן‟: אין די ייִדישע מעשׂיות װעגן די קינדער, פֿעלן אױס די פּיקאַנטע טעמעס, אָבער כּמעט אַלע געדרוקטע ייִדישע אַדעקדאָטן װעגן קינדער, דערצײלן יאָ װעגן אַ „נאַריש ייִנגעלע‟ אָדער „נאַריש מײדעלע‟, נוסח־כעלעם. צופֿעליק אָדער ניט, נאָר אױך שלום־עליכם פֿיר אויס אין זײַן פּיעסע „גאָלדגרעבער‟ אַ געשטאַלט פֿון אַ „נאַריש ייִנגעלע‟, איציקל, דער זון פֿון אַ חלפֿן אַן אַלמן, יודל טאָרבע. אַזױ אַרום, זעען מיר אױך אין אַ קינסטלעריש װערק, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן מיט הונדערט יאָר צוריק, די זעלבע „אָרגאַנישע ייִדישע אַקס‟, דהײַנו — טאַטע־זון, מאַמע־טאָכטער. אָבער אין דער לעצטער תּקופֿה, די לעצטע 50‒60 יאָר, װען עס האָבן זיך געביטן די קאָנסערװאַטיװע ייִדישע משפּחה־יסודות, זײַנען פֿאַרשפּרײט געװאָרן אַ סך „אָדעסער‟ אַנעקדאָטן װעגן מאַדאַם פּינקוס און איר זון יאָסל, און דאָס איז גאָר אַ נײַע אַקס, דהײַנו — אַ פֿרױ און אַ ייִנגל.
אַ ייִדענע איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דער הײם און איבערגעלאָזט איר „זײער קלוגע‟ טאָכטער צו היטן די שטוב. װען די מאַמע איז צוריקגעקומען, דערצײלט איר די טאָכטער:
— מאַמע־לעבן, באַלד װי דו ביסט אַװעקגעגאַנגען איז אַ קלײן מײַזעלע אַרײַנגעשפּרונגען אין אַ קרוג מיט מילך.
— װאָס רעדסטו? — האָט אױסגעשריִען די ייִדענע, — האָסט געכאַפּט תּיכּף און איבערגעגאָסן די מילך אין אַן אַנדער כּלי?
— נײן, מאַמעלע, — ענטפֿערט די קלוגע טאָכטער, — כ’האָב גיך געכאַפּט און אַרײַנגעװאָרפֿן אין דער קרוג אַ קעצעלע.
אַ נאַריש ייִנגעלע האָט זיך צעשלאָגן מיט די חבֿרים און יענע האָבן אים צעדראַפּעט דעם שטערן. קומט ער אַהײם, פֿרעגט אים דער טאַטע:
— װער האָט עס דיר אַזױ צעדראַפּעט דעם שטערן?
— קײנער ניט, — ענטפֿערט דאָס ייִנגעלע, — איך אַלײן האָב זיך צעביסן.
— גאָר צעביסן?… װי אַזױ האָסטו געקענט מיט די צײן קומען צום שטערן?
— װאָס הײסט װי אַזױ? איך האָב זיך אַרױפֿגעשטעלט אױף אַ בענקל.
אַ נאַרישער בחור, װאָס איז געװען דערצו שרעקלעך מיאוס, האָט זיך אײן מאָל באַרימט פֿאַר באַקאַנטע:
— מײנט ניט, אַז איך בין אַזױ, װי איר זעט מיך, געבױרן געװאָרן. קינדװײַז, דערצײלט די מאַמע, בין איך געװען אַ פּאַרשױן, נאָר די נאַם מײַנע האָט מיך אױף אַן אַנדערן פֿאַרביטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.