עס איז געווען אַ ייִנגעלע, געצעלע, האָט ער געהאַט אַ קעצעלע, און וווּ עס פֿלעגט גיין געצעלע, פֿלעגט מיט אים אויך גיין ס’קעצעלע, און אַלע פֿלעגן זאָגן:
— אָט גייט געצעלע מיטן קעצעלע!
איין מאָל אין דער פֿרי שטייט אויף געצעלע, גיט ער אַ קוק, ס’איז ניטאָ דאָס קעצעלע!
האָט געצעלע גענומען רופֿן דאָס קעצעלע:
קעצעלע, קעצעלע!
קום צו דײַן געצעלע!
נאַ דיר אַ פּלעצעלע
מיט מילך אויפֿן טעצעלע!
אָבער דאָס קעצעלע האָט זיך ניט אָפּגערופֿן: מיאַו! מיאַו! ווי דאָס פֿלעגט אַלע מאָל טאָן, ווען געצעלע פֿלעגט עס רופֿן.
האָט געצעלע גענומען זוכן דאָס קעצעלע. זוכט ער און זוכט און קען דאָס ניט געפֿינען. זוכט ער אונטערן אויוון — ניטאָ דאָס קעצעלע! זוכט ער אונטערן בעט — ניטאָ דאָס קעצעלע! זוכט ער און נישטערט אין אַלע ווינקעלעך — אַ נעכטיקער טאָג. דאָס קעצעלע איז ווי אין וואַסער אַרײַן.
האָט זיך געצעלע צעוויינט:
— מאַמע, וווּ איז מײַן קעצעלע?
זאָגט צו אים די מאַמע:
— איך ווייס ניט, געצעלע!
אָבער געצעלע איז צוגעשטאַנען צו דער מאַמען, זי זאָל אים נאָר זאָגן, וווּ דאָס קעצעלע איז. די מאַמע האָט אָבער פֿאָרט ניט געוווּסט, זאָגט זי צו געצעלען:
— דאָס קעצעלע איז אפֿשר אַרונטער אין קעלער כאַפּן מײַז.
איז געצעלע אַרונטער אין קעלער זוכן זײַן קעצעלע. זוכט ער און זוכט, און קען ניט געפֿינען. זעט ער אַ מײַזעלע לויפֿט פֿאַרבײַ, פֿרעגט ער בײַם מײַזעלע:
— מײַזעלע, מײַזעלע, האָסטו געזען מײַן קעצעלע?
ענטפֿערט דאָס מײַזעלע:
— געצעלע, געצעלע, וואָס ווייס איך פֿון דײַן קעצעלע? ווייסטו דען ניט, נאַריש ייִנגעלע, אַז קאַץ און מויז וווינען ניט אין איין הויז, און ווען זי גייט אַרײַן, מוז איך אַרויס? ניין, נאַריש ייִנגעלע! איך האָב ניט געזען דײַן קעצעלע! ווען זי וואָלט דאָ געווען, וואָלטסטו מיך שוין ניט געזען.
און דאָס מײַזעלע איז אַנטלאָפֿן.
זעט געצעלע אַן אַנדער מײַזעלע לויפֿט פֿאַרבײַ, פֿרעגט ער עס:
— וווּהין לויפֿסטו, מײַזעלע?
ענטפֿערט דאָס מײַזעלע:
— איך לויף אין מײַן הײַזעלע.
פֿרעגט געצעלע:
— האָסטו געזען מײַן קעצעלע?
ענטפֿערט דאָס מײַזעלע:
— ניט אין מײַן הײַזעלע.
טראַכט געצעלע:
— מײַן אָרעם קעצעלע! וווּ זאָל איך עס זוכן? ניטאָ דאָס קעצעלע! ניט אויבן אין הויז און ניט אונטן בײַ דער מויז.
גייט ער אַרויס פֿון קעלער און טראַכט, וווּ זאָל ער גיין זוכן זײַן קעצעלע? דערזעט ער ייִנגעלעך שטייען. פֿרעגט ער זיי, צי זיי האָבן ניט געזען קיין קעצעלע. ענטפֿערן די ייִנגעלעך:
געצעלע, געצעלע!
ווייסט וווּ איז דײַן קעצעלע?
זי איז אַוועק צום קצבֿ
גנבֿענען פֿלייש,
האָט ער איר געגעבן
אַ בריק און אַ שטויס.
האָט אָבער דאָס קעצעלע
פֿאַרלוירן דעם זיכּרון,
איז זי געקומען
צום קצבֿ צוריק,
פֿון די קליינע קינדערס וועגן
האָט ער איר געגעבן
אַ שטויס און אַ בריק.
וווּ זי איז איצטער,
ווייסן מיר ניט.
געצעלע, געצעלע,
דײַן קעצעלע היט!
איז געצעלע אַוועק צום קצבֿ זען, אפֿשר איז זײַן קעצעלע נאָך דאָרטן. קומט ער צום קצבֿ, זעט ער, דאָרטן דרייט זיך אַרום אַ הונט. אָבער זײַן קעצעלע איז דאָרטן ניט געווען.
פֿרעגט געצעלע בײַם קצבֿ:
— וווּ איז מײַן קעצעלע?
זאָגט דער קצבֿ:
— אַך, געצעלע, דאָס איז געווען דײַן קעצעלע? איך האָב זי אַוועקגעטריבן.
פֿרעגט געצעלע:
— פֿאַר וואָס האָסטו אַוועקגעטריבן מײַן קעצעלע? פֿאַר וואָס האָסטו דעם הונט ניט אַוועקגעטריבן?
ענטפֿערט דער קצבֿ:
— דײַן קעצעלע, געצעלע, איז אַ נאַשערין, אַ גנבֿטע. זי וואַרט ניט, ביז איך וועל איר געבן, נאָר זי כאַפּט אַליין. דער הונט אָבער וואַרט ביז איך וועל אים אַליין געבן.
האָט געצעלע גענומען וויינען:
— וווּ זאָל איך איצט זוכן מײַן קעצעלע?
האָט דער הונט דערזען, אַז געצעלע וויינט, האָט ער אויף אים רחמנות געקראָגן און זיך אָנגערופֿן צו אים:
— האַוו־האַוו, געצעלע! קום, איך וועל דיר געפֿינען דײַן קעצעלע.
פֿרעגט געצעלע בײַם הונט:
— ווי אַזוי קענסטו געפֿינען מײַן קעצעלע?
ענטפֿערט דער הונט:
— מיט דער נאָז וועל איך שמעקן און מיט דער צונג וועל איך לעקן, ביז איך וועל געפֿינען דײַן קעצעלע.
איז געצעלע אַוועק מיטן הונט זוכן זײַן קעצעלע: דער הונט איז געלאָפֿן אַפֿריִער, האָט געדרייט מיטן עק און מיט דער נאָז געשמעקט און מיט דער צונג געלעקט, און געצעלע איז געגאַנגען נאָך אים.
זענען זיי געגאַנגען און געגאַנגען, ביז זיי זענען געקומען צו אַ קראָם פֿון מילכיקס. שטעלט זיך דער הונט אָפּ און זאָגט צו געצעלען:
— האַוו־האַוו, געצעלע! אָט דאָ אין קראָם איז דײַן קעצעלע.
פֿרעגט געצעלע:
— וואָס טוט זי דאָ אין קראָם?
ענטפֿערט דער הונט:
— זי איז אַרײַן אַהער נאַשן מילך מיט פּוטער, ווײַל זי האָט געמיינט, דער קרעמער איז אַ גוטער. גיי אַרײַן און נעם זי צו, איידער דער קרעמער וועט איר געבן איבערן קאָפּ.
זאָגט געצעלע:
— קום אַרײַן מיט מיר.
ענטפֿערט דער הונט:
— איך האָב דאָ ניט וואָס צו טאָן. איך דאַרף לויפֿן צוריק צום קצבֿ כאַפּן אַ ביין. איך האָב דיר נאָר געוואָלט ווײַזן דעם וועג. און אַחוץ דעם, לעב איך ניט בשלום מיט קעץ. האָסטו גאָר קיין מאָל ניט געזען, ווי אַזוי אַ הונט מיט אַ קאַץ שלאָגן זיך? נו, זײַ מיר געזונט, געצעלע, און זע היט דײַן קעצעלע!
און דער הונט איז אַוועקגעלאָפֿן צוריק צום קצבֿ, און געצעלע איז אַרײַן צום מילכיקן אין קראָם זוכן זײַן קעצעלע.
פֿרעגט דער מילכיקער בײַ געצעלען:
— וואָס דאַרפֿסטו, געצעלע?
ענטפֿערט געצעלע:
— איך זוך מײַן קעצעלע.
זאָגט דער מילכיקער:
— איך האָב מורא, געצעלע, אַז דײַן קעצעלע איז בײַם קצבֿ אויפֿן קלעצעלע.
זאָגט געצעלע:
— איך בין שוין געווען בײַם קצבֿ, איז מײַן קעצעלע בײַ אים ניטאָ אויפֿן קלעצעלע. און דער הונט האָט מיך אַהער געבראַכט.
זאָגט דער מילכיקער:
— גוט. וועלן מיר דאָ אַ זוך טאָן.
האָט דער מילכיקער געזוכט און געזוכט, ביז ער האָט געפֿונען דאָס קעצעלע, צווישן די קריגלעך סמעטענע.
האָט זיך דערפֿרייט געצעלע, וואָס ער האָט געפֿונען זײַן קעצעלע. און געצעלע האָט שוין געוואָלט נעמען אַהיים זײַן קעצעלע.
רופֿט זיך צו אים אָן דער מילכיקער:
— וואַרט, געצעלע! איך וועל אַפֿריִער אַ קוק טאָן, צי דײַן קעצעלע האָט ניט גענאַשט בײַ מיר קיין סמעטענע. אויב יאָ, וועט זי מיר מוזן באַצאָלן.
האָט דער מילכיקער איבערגעקוקט אַלע קריגלעך מיט סמעטענע, זעט ער, אַז פֿון איין קריגל פֿעלט סמעטענע. פֿרעגט דער מילכיקער בײַם קעצעלע:
— זאָג דעם אמת, האָסטו געגעסן די סמעטענע פֿון דעם קריגל?
ווישט אָפּ דאָס קעצעלע די ווענצעלעך און זאָגט:
— ווער, איך? איך האָב ניט געגעסן דײַן סמעטענע. גיב אַ קוק אויף מײַנע וואָנצן, זע, ווי ריין זיי זענען.
אָבער דער מילכיקער האָט איר ניט געוואָלט גלייבן.
— איך קען דיך, גנבֿטע! — האָט ער געזאָגט, — זײַ מוחל און באַצאָל פֿאַר דער סמעטענע, אויב ניט, לאָז איך דיך אַהיים ניט גיין, און געצעלע וועט בלײַבן אָן אַ קעצעלע.
רופֿט זיך אָן דאָס קעצעלע:
— אָבער איך האָב קיין געלט ניט. ווייסט גאָר וואָס? וועל איך בלײַבן בײַ דיר היטן די קראָם פֿון מײַז, זיי זאָלן ניט אויפֿעסן דעם קעז מיט דער פּוטער.
זאָגט דער מילכיקער:
— איך בין דיר מוחל די טובֿה, קעצעלע! דו קענסט נאָך מער אויפֿנאַשן, וויפֿל די מײַז וועלן בײַ מיר אויפֿעסן. דו באַצאָל מיר בעסער פֿאַר דער סמעטענע און גיי זיך געזונטערהייט אַהיים.
זאָגט ווידער דאָס קעצעלע:
— אָבער איך האָב דאָך קיין געלט ניט, האָב איך דיר געזאָגט!
רופֿט זיך אָן דער מילכיקער:
— נו, טאָ זאָל באַצאָלן געצעלע פֿאַר זײַן קעצעלע!
און אַזוי איז דאָס געווען, און געצעלע איז אַוועק אַהיים מיט זײַן קעצעלע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.