פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187256/
ייִנגעלע־רינגעלע איז געווען אין צירק, האָט ער זיך דאָרטן אָנגעזען אַ סך וווּנדערלעכע זאַכן, אָבער מער ווי אַלץ האָט ער זיך ניט געקענט אָפּוווּנדערן פֿון דעם ריז, וואָס ער האָט דאָרטן געזען. אַלע מענטשן האָבן אויסגעזען אַזוי ווי מילבן אַנטקעגן דעם ריז. און אַז ייִנגעלע־רינגעלע איז געקומען אַהיים, האָט ער דערציילט דעם זיידן פֿון דעם ריז אין צירק. זאָגט צו אים דער זיידע:
— דאָס איז גאָרנישט. עס איז געווען אַ מאָל אַ קעניג, עוג מלך הבשן, איז ער געווען נאָך העכער, און אָט דער ריז פֿון דעם צירק וואָלט אויסגעזען ווי אַ מילב אַנטקעגן עוג מלך הבשן. אפֿשר ביז די קנעכלעך וואָלט ער אים געגרייכט.
און דער זיידע האָט דעם ייִנגעלע דערציילט מעשׂיות פֿון עוג מלך הבשן, און ייִנגעלע האָט געהערט און געהערט, ביז די אויגן האָבן זיך אים גענומען קלעפּן און ער איז אײַנגעשלאָפֿן, און ווי ער איז אײַנגעשלאָפֿן, אַזוי האָט ער גענומען גיין צום מלך אין פּאַלאַץ, וואָס אויף יענער זײַט טײַך, און ווי ער האָט גענומען גיין, אַזוי איז אים די זון אַרויס אַנטקעגן און געזאָגט: „גוט־מאָרגן‟, האָט ייִנגעלע אַ קוק געטאָן אויף איר און אַ שמייכל געטאָן און איז געגאַנגען ווײַטער.
גייט ער און גייט, גייט און טראַכט, און מיט אַ מאָל ווערט פֿינצטער ווי בײַ נאַכט! גיט ער אַ קוק אין דער הייך: ניטאָ די זון! וווּנדערט ער זיך: וווּ האָט זי דאָס געקענט אַהינקומען? אָט ערשט אויפֿגעגאַנגען, זאָל זי שוין פֿאַרגיין? זאָל אַ שוואַרצע כמאַרע זי פֿאַרדעקן, זעען זיך ניט אויפֿן הימל קיין כמאַרעס און קיין וואָלקנס אויך ניט! אָדער האָט זי עמעצער אויסגעלאָשן?
און ווי ער טראַכט אַזוי, דערהערט ער פּלוצלינג אַ קול:
— עוג מלך הבשן
האָט די זון פֿאַרלאָשן!
וויל ייִנגעלע זען, וואָס דאָ טוט זיך, גיט ער אַ זאָג צו זײַן רינגעלע:
— רינגעלע, רינגעלע,
מאַך מיר ליכטיק!
ייִנגעלע, ייִנגעלע
וויל זען ריכטיק!
וויל זען ריכטיק,
וויל זען קלאָר,
וואָס דאָ טוט זיך
ביז אַ האָר.
האָט רינגעלע אַ שפּריץ געטאָן און אַ בליץ געטאָן, און ייִנגעלע האָט געזען אַ הויכן מויער, און אויפֿן הויכן מויער איז געזעסן אַ הויכער מענטש, אַזוי, אַז מיט די פֿיס האָט ער דערלאַנגט די ערד און מיטן קאָפּ האָט ער אונטערגעשפּאַרט דעם הימל. האָט שוין ייִנגעלע פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז עוג מלך הבשן און אַז ער האָט דאָס מיט זײַן גרויסן גוף פֿאַרשטעלט די זון.
גייט צו ייִנגעלע צו אים און ער זאָגט:
— ביסטו דאָס עוג מלך הבשן? האָסטו דאָס די זון פֿאַרלאָשן?
ענטפֿערט ער:
— יאָ, דאָס בין איך עוג מלך הבשן, און דאָס האָב איך טאַקע פֿאַרלאָשן די זון.
פֿרעגט ייִנגעלע:
— צו וואָס האָסטו דאָס געטאָן?
ענטפֿערט עוג:
— אַזוי וויל איך.
זאָגט ייִנגעלע:
— האָסט דאָך דערווײַל פֿינצטער געמאַכט אויף דער וועלט!
ענטפֿערט עוג:
— האָב איך פֿינצטער געמאַכט!
מאַכט ייִנגעלע:
— ביסטו דאָך אַ שלעכטער!
ענטפֿערט עוג:
— איך בין אַ קעניג, און איך טו וואָס איך וויל.
זאָגט צו אים ייִנגעלע נאָך אַ מאָל:
— ביסטו דאָך אַ שלעכטער!
גיט אויף אים עוג מלך הבשן אַ קוק, אַזוי אַ ביסטרען קוק, און אַ זאָג:
— ווער ביסטו, פּיזשיק איינער, וואָס דו רעדסט צו מיר אַזוי?
ענטפֿערט ייִנגעלע גאָר אָן שרעק:
— איך בין ייִנגעלע־רינגעלע!
זאָגט עוג מלך הבשן:
— אַזוי! דו ביסט דאָס ייִנגעלע־רינגעלע? לאָמיך אַ קוק טאָן אויף דיר!
און ער האָט זיך אויפֿגעשטעלט פֿון מויער און אַ קער געטאָן זײַן קאָפּ, און די זון האָט זיך ווידער באַוויזן און עס איז ליכטיק געוואָרן, און עוג מלך הבשן האָט זיך גוט אײַנגעקוקט אין דעם ייִנגעלע און געזאָגט צו אים:
— ביסט אַ גאַנץ שיין ייִנגעלע, אָבער גרויס ביסטו ווי דער נאָגל פֿון מײַן קליין פֿינגערל.
מאַכט צו אים ייִנגעלע:
— דאָס איז גאָר נישט. אַ נאָגל איז קליין, אָבער ער איז שאַרף.
זאָגט צו אים עוג:
— ביסט דאָך אַ קלוגער אויך! טאָ בלײַב בײַ מיר, און איך וועל דיך מאַכן פֿאַר מײַן ערשטן מיניסטער.
ענטפֿערט ייִנגעלע:
— ניין, איך קאָן דאָ בײַ דיר ניט בלײַבן. איך גיי נאָר צום מלך וואָס אויף יענער זײַט טײַך.
זאָגט עוג:
— אַזוי? דו גייסט צום מלך וואָס אויף יענער זײַט טײַך? דאַרפֿסטו דאָך דורכגיין דורך מײַן לאַנד, וועל איך דיך טאַקע ניט דורכלאָזן.
זאָגט ייִנגעלע:
— פֿאַר וואס וועסטו מיך ניט דורכלאָזן? איך וועל דען דיר אָפּבײַסן אַ שטיקל ערד? איך וועל דײַן וואַסער ניט טרינקען און דײַן ברויט ניט עסן, און איך וועל ניט טשעפּען דײַנע פֿעלדער און איך וועל ניט אָנרירן דײַנע ווײַנגערטנער. איך וועל מיר גיין מיטן שליאַך, ניט אָפּקערן זיך ניט רעכטס ניט לינקס, און וועל מיר אַזוי גיין, ביז איך וועל אַרויס פֿון דײַן לאַנד.
ענטפֿערט עוג מלך הבשן:
— ניין, איך וועל ניט לאָזן!
זאָגט ייִנגעלע־רינגעלע:
— ביסטו דאָך טאַקע אַ שלעכטער, אַ רשע אַן עכטער, אַזוי ווי מײַן זיידע זאָגט.
גיט עוג מלך הבשן אַ טופּע מיטן פֿוס און אַ געשריי:
— ווי אַזוי האָסטו דאָס די חוצפּה צו רעדן אַזוי צו מיר? דו ביסט טאַקע אַ ייִנגעלע־רינגעלע, אָבער איך בין אַ קעניג, עוג מלך הבשן!
זאָגט ייִנגעלע־רינגעלע:
— איך האָב פֿאַר קיין קעניג קיין מורא ניט און פֿאַר דיר אויך ניט.
גיט עוג מלך הבשן נאָך אַ מאָל אַ טופּע מיטן פֿוס, אַזאַ טופּע, אַזש די ערד האָט זיך אַ טרייסל געטאָן, און אַלע האָבן געמיינט, אַז עס איז אַן ערד־ציטערניש, און נאָכן טופּע האָט ער געגעבן אַ געשריי, אָבער אַזאַ געשריי, אַז אַלע האָבן געמיינט, עס איז אַ דונער:
— ווילסטו מיט מיר מלחמה האַלטן?
אָבער ייִנגעלע האָט זיך ניט דערשראָקן ניט פֿאַרן טופּע און ניט פֿאַרן געשריי, און ער האָט געענטפֿערט גאַנץ רויִק און שטיל:
— אויב דו וועסט אָנהייבן, וועל איך דיר געבן צוריק און איבערן קאָפּ טאַקע!
צעלאַכט זיך עוג מלך הבשן, און ער זאָגט:
— דו וועסט מיר געבן צוריק? און נאָך איבערן קאָפּ? דו וועסט דאָך ניט קאָנען מײַן שוכבענדל אַפֿילו אָפּבינדן, הײַנט ווי אַזוי וועסטו דען קאָנען ביזן הימל שפּרינגען?
ענטפֿערט ייִנגעלע:
— ייִנגעלע־רינגעלע קאָן אַלץ! אָנהייבן הייבט ער זיך ניט אָן מיט קיינעם ניט, מיטן גרעסטן רשע אַפֿילו, אָבער טשעפּעט מען אים, גיט ער צוריק, זאָל דאָס זײַן אַ קייסער, צי גלאַט אַ מענטש אַ בייזער. אָבער איך זאָג דיר, אַז דו זאָלסט זיך בעסער מיט מיר ניט אָנהייבן; וואָרעם דו וועסט האָבן אַ פֿינצטערן סוף!
האָט זיך עוג מלך הבשן צעלאַכט נאָך מער ווי פֿריִער און ער האָט געזאָגט:
— דו ביסט טאַקע ייִנגעלע־רינגעלע, אָבער איך בין עוג מלך הבשן, און איך קאָן אויסרײַסן אַ באַרג, דעם גרעסטן באַרג, און אים אַ וואָרף טאָן אויף דיר, און עס וועט זײַן אויס ייִנגעלע־רינגעלע. האַ־האַ־האַ!
זאָגט ייִנגעלע:
— טו וואָס דו קאָנסט, און איך וועל טאָן וואָס איך קאָן.
האָט עוג מלך הבשן אַ וואָרף געטאָן זײַנע לאַפּעס־הענט און געוואָלט שוין אויסרײַסן אַ באַרג און אים אַ וואָרף טאָן אויפֿן ייִנגעלע, אָבער ייִנגעלע האָט אויף גיך אַ זאָג געטאָן עפּעס צו זײַן רינגעלע, און ס׳רינגעלע האָט גענומען שיסן מיט פֿײַלן, הויך־הויך, אַזש צום הימל, און איין פֿײַל האָט געטראָפֿן עוגן אין קאָפּ, און ער איז געפֿאַלן אויף דער ערד און מער זיך שוין ניט אויפֿגעהויבן.
און ייִנגעלע רינגעלע איז געווען זייער הײַטער און געגאַנגען ווײַטער, אָבער וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.