פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/187048/
ייִנגעלע־רינגעלע איז געגאַנגען צום מלך וואָס אויף יענער זײַט טײַך. פֿאַלט אים מיט אַ מאָל אײַן און ער גיט אַ טראַכט: וואָס וועט זײַן, אַז דער אַשמדאַי וועט מיך באַגעגענען דאָ איינעם אַליין אין וועג און ער וועט זיך וועלן אָפּרעכענען מיט מיר, פֿאַר וואָס איך האָב אים פֿאַרטריבן פֿון שלמה המלכס טראָן, וואָס ער האָט געהאַט פֿאַרכאַפּט? דאָס איז אמת, איך האָב אים פֿאַרשלײַדערט ווײַט־ווײַט, אָבער דער וועג צום מלכס פּאַלאַץ אויף יענער זײַט טײַך איז אויך זייער ווײַט, קענען מיר זיך נאָך טרעפֿן, וואָס זשע וועל איך טאָן? נאָר גאָרנישט, איך האָב דאָך מײַן צויבער־רינגעלע, האָב איך קיין מורא ניט פֿאַר אים!
גייט ער און גייט, מיט אַ מאָל דערהערט ער אַ קלאַפּן פֿון פֿליגלען. גיט ער אַ קוק אין דער הייך, זעט ער קיין שום פֿייגל ניט פֿליִענדיק. גייט ער ווײַטער, גייט אָפּ עטלעכע טריט, דערהערט ער ווידער אַ קלאַפּן פֿון פֿליגלען. גיט ער ווידער אַ קוק אין דער הייך, זעט ער אַלץ ניט קיין שום פֿייגל פֿליִענדיק. טראַכט ער: „דאָס מוז זיך מיר נאָר אויסדאַכטן, מער גאָרנישט!‟ און ער איז ווײַטער געגאַנגען. ער איז אָבער ווידער אָפּגעגאַנגען עטלעכע טריט, און ווידער האָט זיך דערהערט דאָס קלאַפּן און קוויטשעדיקע קולות האָבן אויסגעשריגן:
— מאַכט אַ וואַרע: דער אַשמדאַי!
טראַלאַלאַ־לאַי, טראַלאַלאַ־לאַי!
לעבעדיק־פֿריילעך, לעבעדיק־פֿריילעך,
ער איז דער מלך, ער איז דער מלך!
קערט זיך ייִנגעלע־רינגעלע אום, זעט ער, שדים מאַכן דאָס אַ וואַרע פֿאַר זייער קעניג, דעם אַשמדאַי, און דאָס האָבן זיי געקלאַפּט מיט די פֿליגלען.
טראַכט ייִנגעלע, וואָס זאָל ער טאָן, אַז דער אַשמדאַי זאָל אים ניט דערזען? קלערט ער, ער וועט ווידער מאַכן אַזוי, אַז ער זאָל אַלעמען יאָ זען און אים זאָל קיינער ניט זען. האָט ער אַ זאָג געטאָן עפּעס אין דער שטיל צו זײַן רינגעלע, און עס איז גלײַך געוואָרן אַזוי; ער האָט אַלעמען יאָ געזען און אים האָט קיינער ניט געזען.
האָט זיך ייִנגעלע אַוועקגעזעצט אויף אַ שטיין אָן אַ זײַט וועג, קוקן וואָס דאָ וועט זײַן. זעט ער, ווי פֿון דער ערד שפּרינגט אַרויס אַ טראָן, און דער אַשמדאַי זעצט זיך אויף אים אַנידער מיט גרויס פּאַראַד און אַלע שדים פֿאַלן פֿאַר אים אויף די קני און שרײַען אויס מיט זייערע קוויטשעדיקע קולות:
— לעבן זאָל אונדזער קעניג! זאָל ער מער פֿון אונדז ניט אַוועקגיין!
און דער אַשמדאַי גיט דערנאָך אַ צייכן מיט זײַן פֿינגער, און זיי הייבן זיך אַלע אויף, און ער זאָגט צו זיי מיט זײַן גראָב קול:
— ניין, ליבע שדים, איך וועל פֿון אײַך שוין מער ניט אַוועקגיין. עס איז מיר בעסער צו זײַן אַ קעניג איבער שדים איידער צו זײַן אַ קעניג איבער מענטשן. וואָרעם פֿאַר מענטשן דאַרף מען זיך פֿאַרשטעלן, אַז זיי זאָלן ניט דערקענען, אָבער פֿאַר אײַך דאַרף איך זיך ניט פֿאַרשטעלן. מיך אַרט ניט וואָס שלמה זיצט צוריק אויף זײַן טראָן און וואָס איך בין דאָ צוריק אויף מײַן טראָן. נאָר וואָס זשע דען? מיך פֿאַרדריסט וואָס אַזאַ שנעק ווי ייִנגעלע־רינגעלע האָט מיך פֿון שלמהס טראָן פֿאַרטריבן. מײַן בלוט קאָכט אין מיר אויף אים! איך וואָלט אים מיט מײַנע נעגל צעריסן, ווען איך קריג אים נאָר אַרײַן אין מײַנע הענט! ווער זשע פֿון אײַך, ליבע שדים, וועט אַרויס און כאַפּן מיר דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע?
שפּרינגט אַרויס אַ קליין שדל און קוויטשעט אויס:
— איך, אַדוני קעניג, וועל אים כאַפּן און ברענגען צו דײַנע קעניגלעכע פֿיס! דו זאָג מיר נאָר וווּ ער איז…
גיט דער אַשמדאַי אַ הירזשע אַזוי ווי אַ פֿערד, מיט זײַן גראָבן קול און ער זאָגט צום קליינעם שדל:
— הערסטו, חכם איינער! אַ שד ביסטו טאַקע אַ קליינער, אָבער אַ נאַר ביסטו אַ גרויסער! איך זאָל דיר זאָגן וווּ ייִנגעלע־רינגעלע איז? ווי קען איך דיר זאָגן, אַז איך ווייס אַליין ניט, וווּ ער איז? איך ווייס? איך האָב אים איבערגעלאָזן בײַ שלמהן אין פּאַלאַץ, אָבער צי ער איז דאָרטן צי ניט, ווייס איך ניט, ווײַל מיר דוכט, אַז ער גייט גאָר ערגעץ צו אַן אַנדער מלך אין פּאַלאַץ. אויב דו ווילסט זײַן אַ בריה, גיי און געפֿין אים, און אויב דו וועסט אים געפֿינען און ברענגען אים צו מיר, וועל איך דיר געבן מײַן קליינע טאָכטער פֿאַר אַ ווײַב.
האָט זיך קליין שדל דערפֿרייט און ער איז אַוועק אַ טאַנץ.
— הערט נאָר, אַלע שדים!
איך ווער דעם קעניגס איידעם!
און די אַלע שדים האָבן זיך גערייצט מיט אים און געזאָגט:
— שטעק ניט אויס דאָס צינגל,
איידער קריגסט דאָס ייִנגל!
און דער אַשמדאַי אַליין זאָגט צו אים:
— נו, קנאַק ניט אַזוי פֿיל מיטן צינגעלע, גיי כאַפּ מיר דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע!
איז אַוועקגעשפּרונגען קליין שדל, אַוועקגעשפּרונגען כאַפּן דאָס ייִנגעלע מיטן רינגעלע. און ייִנגעלע איז זיך געזעסן אויפֿן שטיין אין אַ זײַט פֿון וועג, געזעסן און האָט געזען און געהערט אַלץ, און קיינער האָט אים ניט געזען און ניט געהערט. אים האָט זיך זייער געוואָלט לאַכן, ער האָט זיך אָבער אײַנגעהאַלטן און האָט געוואַרט, ביז קליין שדל וועט אַוועק אים זוכן. און ווען קליין שדל, איז אַוועק אים זוכן, האָט ער זיך שוין מער ניט געקענט אײַנהאַלטן און האָט זיך צעלאַכט אויפֿן קול. אַלע שדים האָבן זיך דערשראָקענע אומגעקוקט, ווײַל זיי האָבן דאָך ניט געזען און ניט געוווּסט ווער דאָס לאַכט. אָבער דער אַשמדאַי אַליין האָט שוין געוווּסט ווער דאָס לאַכט. ער האָט דאָך שוין איין מאָל געהערט ייִנגעלע־רינגעלע אַזוי לאַכנדיק. דאָס איז געווען ווען ייִנגעלע־רינגעלע איז געקומען אים אַראָפּטרײַבן פֿון שלמהס טראָן.
ווי דער אַשמדאַי האָט דערהערט אויך איצט ייִנגעלע־רינגעלע לאַכנדיק, האָט ער אויסגעשריגן מיט כּעס:
— ייִנגעלע־רינגעלע, איך זע דיך ניט, אָבער איך הער דײַן געלעכטער, און איך ווייס פֿון וועלכן אָרט דײַן געלעכטער לאָזט זיך הערן. זאָג איך צו דיר: גיי אַרויס פֿון דײַן באַהעלטעניש און ווײַז זיך פֿאַר מײַנע אויגן און ווער מײַן קנעכט, וועל איך דיר גאָרנישט טאָן, און אויב ניט, וועל איך הייסן מײַנע שדים זיי זאָלן אַרומלייגן אַ פֿײַער אַרום דעם אָרט פֿון וואַנען דײַן געלעכטער קומט, און דו וועסט פֿאַרברענט ווערן!
צעלאַכט זיך ייִנגעלע ווידער און ער זאָגט צום אַשמדאַי:
— ביז דײַנע טײַוואָלים וועלן טאָן דאָס וואָס דו זאָגסט, וועל איך שוין זײַן אויף אַן אַנדער אָרט.
און ייִנגעלע האָט טאַקע לאַנג ניט געוואַרט און ער איז אַריבער אויף דער אַנדערער זײַט וועג, און דער אַשמדאַי האָט שוין ניט געוווּסט, וווּ ער איז.
— וווּ ביסטו? — האָט דער אַשמדאַי געפֿרעגט.
— זוך מיך! — האָט ייִנגעלע געענטפֿערט, און איז אַריבער גלײַך ווידער אויף אַן אַנדער אָרט און אַלע שדים האָבן זיך געוווּנדערט וואָס דאָ קומט פֿאָר. און ייִנגעלע־רינגעלע איז אַזוי אַרומגעשפּרונגען פֿון איין אָרט צום צווייטן, האָט זיך גערייצט מיטן אַשמדאַי ביז דאָס איז אים מיאוס געוואָרן און ער איז אַוועק ווײַטער אין וועג. דער אַשמדאַי האָט אים פֿון הינטן גערופֿן, אָבער ער האָט זיך ניט אומגעקערט און געלאַכט, ביז ער האָט זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון חלום און ער האָט דערזען, אַז ער ליגט גאָר בײַ זיך אין בעטל, און טאַטע־מאַמע שטייען איבער אים און פֿרעגן:
— וואָס האָסטו געלאַכט, זונעניו?
ייִנגעלע האָט זיי דערציילט די גאַנצע מעשׂה. אָבער וואָס איז ווײַטער געווען, וועט איר שפּעטער זען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.