Oyneg Shabes

ייִנגעלע־רינגעלע פֿאַרטרײַבט דעם אַשמדאַי (נײַנצנטער קאַפּיטל „ייִנגעלע רינגעלע‟)

Yingele-Ringele Expels the Devil (Chaper XIX of Yingele Ringele)

פֿון לעאָן עלבע

  • Print
  • Share Share

פֿריִערדיקער קאַפּיטל: //blogs.yiddish.forward.com/oyneg-shabes/186892/

Aharon Gudelman

גייט ייִנגעלע־רינגעלע מיט שלמה המלך, און שלמה המלך רעדט קיין וואָרט ניט, נאָר ער זיפֿצט. זאָגט צו אים ייִנגעלע־רינגעלע:

— וואָס זיפֿצסטו, אַדוני קעניג?

ענטפֿערט שלמה:

— דו ווייסט גאָרניט, וואָס איך זיפֿץ? איך זיפֿץ אויף מײַנע צרות, אַז דער אַשמדאַי, דער קעניג פֿון די שדים, זיצט אויף מײַן טראָן, און איך דאַרף זיך אַרומשלעפּן ווי אַ בעטלער!

מאַכט ייִנגעלע־רינגעלע:

— גיי איך דאָך אים אַראָפּטרײַבן, און דו וועסט זיך צוריק זעצן אויף דײַן טראָן, אין גאָלד און זילבער אָנגעטאָן.

זאָגט שלמה:

— יאָ! אָבער ווער ווייסט, צי דיר וועט זיך דאָס אײַנגעבן? דו ביסט דאָך נאָך אַלעמען אַ קליין ייִנגעלע, און דער אַשמדאַי איז גרויס און שטאַרק!

מאַכט ייִנגעלע:

— דאָס איז גאָרנישט, וואָס איך בין קליין און ער איז גרויס. אָט איז דײַן אייגענער פֿאָטער, דוד המלך, געווען אַ מאָל אַ קליין ייִנגל, און גלית דער פּלישתּי איז געווען אַ ריז, אַ ריז מיט אַ שפּיז, און פֿון דעסטוועגן איז דײַן פֿאָטער אים בײַגעקומען מיט אַ קליין שטיינדל. און איך זאָג דיר, אַז איך וועל אויך בײַקומען דעם אַשמדאַי. מיט מײַן וווּנדער־רינגעלע וועל איך אים בײַקומען. וועסט זען, וואָס עס וועט געשען!

זאָגט שלמה:

— יאָ! אָבער ער האָט דאָך אויך אַ וווּנדער־רינג.

מאַכט ייִנגעלע:

— דאָס איז גאָרנישט. וועסט זען, וואָס עס וועט געשען!

און זיי זענען געגאַנגען אַלץ ווײַטער און ווײַטער. אָבער דער וועג צו דער שטאָט ירושלים, וווּ שלמה המלכס פּאַלאַץ איז געשטאַנען, איז געווען זייער ווײַט. און ווען מען זאָל גיין דעם גאַנצן וועג צו פֿוס, וואָלט דאָס געדויערט זייער, זייער לאַנג.

זאָגט ייִנגעלע:

— איך וועל בעטן מײַן רינגעלע, וועט עס אונדז שוין געבן אין וואָס צו פֿאָרן, אָדער גאָר צו פֿליִען.

און ייִנגעלע האָט שוין געוואָלט בעטן זײַן רינגעלע. אָבער דאָ האָט זיך איבער זייערע קעפּ באַוויזן אַ גרויסער אָדלער. גיט שלמה אַ קוק, זעט ער, עס איז זײַן אָדלער, אויף וועלכן ער פֿלעגט שטענדיק פֿאָרן רײַטנדיק. נעמט ער אים רופֿן:

— אָדלער, אָדלער, קום אַראָפּ,

נעם דײַן קעניג, פֿיר אים אָפּ!

ענטפֿערט דער אָדלער:

— ביסט ניט קיין קעניג, נאַר ניט אָפּ!

טראָגסט קיין קרוין ניט אויף דײַן קאָפּ.

און דער אָדלער איז אַוועקגעפֿלויגן, און שלמה האָט זיך צעוויינט.

— אַפֿילו מײַן אייגענער אָדלער דערקענט מיך ניט! — האָט ער געזאָגט. — קיינער, קיינער וויל מיר ניט גלייבן, אַז איך בין שלמה המלך. וויי צו מײַנע יאָרן, וואָס פֿון מיר איז געוואָרן!

זאָגט צו אים ייִנגעלע־רינגעלע:

— וויין ניט, וויין ניט, אַדוני קעניג! איך וועל דיך ברענגען צוריק אין דײַן פּאַלאַץ און דו וועסט ווײַטער זײַן קעניג פֿון ארץ־ישׂראל, אַזוי ווי אַ מאָל.

און ייִנגעלע האָט דערנאָך אַ זאָג געטאָן צו זײַן רינגעלע:

— רינגעלע, רינגעלע,

ווײַט איז דער וועג.

קיין ארץ־ישׂראל

פֿיר אונדז אַוועק!

און ווי ער האָט דאָס אָפּגעזאָגט, אַזוי איז גלײַך געקומען צו פֿליִען אַ פֿלי־וואָגן, געפֿירט פֿון אַ מאָדנעם באַשעפֿעניש, וואָס איז געווען האַלב־פֿערד, האַלב־אָדלער. און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך אַרײַנגעזעצט מיט שלמהן אין דעם פֿלי־וואָגן, און אין איין האַלבער שעה זענען זיי שוין געווען אין ירושלים.

ייִנגעלע־רינגעלע איז אַוועק מיט שלמהן צום פּאַלאַץ. אָבער ווי זיי זענען געקומען צום פּאַלאַץ, האָבן די וועכטער זיי ניט אַרײַנגעלאָזן, ווײַל שלמה האָט דאָך אויסגעזען ווי אַ בעטלער און ייִנגעלע־רינגעלע האָבן זיי גלאַט ניט געוואָלט אַרײַנלאָזן, וואָרעם ניט זיי האָבן אים געקענט, ניט זיי האָבן אים געוווּסט, און דער אַשמדאַי וואָס איז געזעסן אויפֿן טראָן האָט די וועכטער טאַקע שטרענג אָנגעזאָגט ניט אַרײַנצולאָזן קיין בעטלער און אויך אַזעלכע וואָס ווייסן ניט און קענען ניט.

זאָגט שלמה צום ייִנגעלע:

— וואָס זשע וועט איצטער זײַן?

ענטפֿערט ייִנגעלע:

— איך ווייס שוין וואָס צו טאָן. דו בלײַב שטיין אין דרויסן, און איך וועל בעטן מײַן רינגעלע, ער זאָל מאַכן אַזוי, אַז איך זאָל ווערן אַ „רואה ואינו נראה‟, — איך זאָל אַלעמען יאָ זען און קיינער זאָל מיך ניט זען, און אַזוי וועל איך אַרײַן אין פּאַלאַץ און וועל אַרויסטרײַבן דעם אַשמדאַי און דו וועסט דערנאָך אַרײַן און פֿאַרנעמען צוריק דעם טראָן.

און אַזוי איז געווען. שלמה איז געבליבן שטיין אין דרויסן און ייִנגעלע האָט עפּעס אַ זאָג געטאָן צום רינגעלע, און עס איז גלײַך געוואָרן אַזוי, אַז ער האָט אַלעמען יאָ געזען און אים האָט קיינער ניט געזען, און אַזוי איז ער אַרײַן אין פּאַלאַץ, און ער איז דורכגעגאַנגען אַלע צימערן און אַלע זאַכן, און קיינער האָט אים ניט געזען, און אַזוי איז ער אַרײַן אין דעם זאַל, וווּ עס איז געשטאַנען דער טראָן, אויף וועלכן דער אַשמדאַי איז געזעסן אָנגעטאָן אין שלמהס קעניגלעכע קליידער און אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַנע מיניסטאָרן און גענעראַלן.

קיינער האָט ס׳ייִנגעלע ניט באַמערקט, מען האָט נאָר דערהערט עפּעס אַ שאָרך, און אַלע האָבן זיך אַרומגעקוקט, און דער אַשמדאַי האָט זיך אויך אומגעקוקט און ער האָט זיך אָנגערופֿן:

— איך הער עפּעס ווי עמעצער איז אַרײַן, אָבער זען זע איך קיינעם ניט.

און אַלע מיניסטאָרן און גענעראַלן האָבן געענטפֿערט:

— יאָ, מיר הערן עפּעס אויך, אָבער זען זעען מיר גאָרנישט, גרויסער קעניג!

און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיי אַלעמען געזען און זיך צעלאַכט הויך אויפֿן קול. האָבן זיי זיך גאָר דערשראָקן, און דער אַשמדאַי נאָך מער פֿון אַלעמען און ער האָט אַ געשריי געטאָן:

— ווער לאַכט דאָס? איז דאָס אַ שד, אָדער אַ רוח?

ענטפֿערט ייִנגעלע־רינגעלע, און קיינער זעט אים אַלץ ניט:

— ניט קיין שד, ניט קיין רוח,

נאָר פֿון שלמהן אַ שליח.

גיט דער אַשמדאַי אַ קלאַפּ מיטן גילדערנעם רוט, וואָס איז אין זײַן האַנט, און אַ געשריי:

— איך זע דיך ניט, און איך ווייס ניט, ווער דו ביסט, נאָר דו ביסט אַ ליגנער. ביסט ניט קיין שד און ניט קיין רוח, אָבער אויך פֿון שלמהן קיין שליח, ווײַל איך בין שלמה.

שרײַט אויס ייִנגעלע־רינגעלע:

— דו ביסט אַ ליגנער! דו ביסט ניט שלמה דער קעניג פֿון ישׂראל, נאָר דער אַשמדאַי, דער קעניג פֿון שדים. דו האָסט שלמהן פֿאַרטריבן און פֿאַר אַ בעטלער אים געמאַכט און אַליין אויף זײַן טראָן זיך געזעצט.

האָבן זיך אַלע געוווּנדערט, ווער קען דאָס רעדן, און דער אַשמדאַי האָט גענומען ציטערן ווי אין אַ קדחת און ער האָט נאָך העכער גענומען שרײַען צום ייִנגעלע מיטן רינגעלע, וועלכן ער האָט ניט געקענט זען:

— איך זע דיך ניט און איך ווייס דיך ניט, — אָבער דו ביסט אַ ליגנער. איך בין ניט דער אַשמדאַי, נאָר שלמה דער קעניג פֿון ישׂראל.

זאָגט ייִנגעלע־רינגעלע צו די אַלע מיניסטאָרן און גענעראַלן:

— ער זאָגט ליגן, אָט דער נפֿש, וואָס זיצט איצטער אויפֿן טראָן. איך זאָג אײַך, אַז ער איז ניט שלמה, נאָר אַ טײַוול, דער טײַוול פֿון אַלע טײַוואָלים. און אויב איר גלייבט מיר ניט, טאָ נעמט און ציט אַרונטער פֿון זײַנע פֿיס די זאָקן, וועט איר זען, אַז ער האָט הינערשע פֿיס, אַזוי ווי אַלע טײַוואָלים.

האָט דער אַשמדאַי גענומען שרײַען צו די מיניסטאָרן און די גענעראַלן:

— הערט אים ניט, אָט דעם, וועלכן איר זעט ניט! ער זאָגט ליגן!

און ער האָט גענומען דרייען מיט די פֿיס, אַזוי ווי ער וואָלט זיי וועלן באַהאַלטן. ער האָט זיך טאַקע געשראָקן, מען זאָל פֿון אים ניט אַראָפּנעמען די זאָקן. זאָגט ייִנגעלע צו די מיניסטאָרן און די גענעראַלן:

— איר זעט, ווי ער דרייט מיט די פֿיס און ער וויל זיי באַהאַלטן? איך זאָג אײַך: שלעפּט אַראָפּ די זאָקן פֿון זײַנע פֿיס!

האָבן די מיניסטאָרן און די גענעראַלן זיך איבערגעקוקט, און דער ערשטער מיניסטער איז צוגעגאַנגען צום אַשמדאַי און האָט אַרונטערגעשלעפּט פֿון אים די זאָקן, און אַלע האָבן דערזען, אַז ער האָט הינערשע פֿיס, אַזוי ווי אַ טײַוול. האָבן זיי שוין געוווּסט, אַז ער איז ניט שלמה. און ייִנגעלע־רינגעלע האָט זיך דעמאָלט באַוויזן פֿאַר אַלעמען און ער האָט געזאָגט:

— וווּנדערט זיך ניט! איך בין ייִנגעלע־רינגעלע. מײַן וווּנדער־רינגעלע האָט דאָס אַלץ אויפֿגעטאָן. איך האָב אויך שלמהן אַהער געבראַכט. ער שטייט אין דרויסן. גייט, רופֿט אים אַרײַן! און דו, אַשמדאַי, זאָלסט איצטער פֿאַרשלײַדערט ווערן איבער אַל די פּוסטע וועלדער און אַל די וויסטע פֿעלדער, אַזוי ווי דו האָסט פֿריִער שלמהן פֿאַרשלײַדערט. שוין אין דער מינוט, נאָך איידער שלמה וועט אַרײַן, ער זאָל דײַן טײַוולשן פּרצוף ניט דאַרפֿן אָנקוקן!

און אַזוי איז געווען, און דער אַשמדאַי איז פֿאַרטריבן געוואָרן צו אַל די רוחות, און קיינער האָט אים שוין מער ניט געזען, און שלמה המלך איז אַרײַנגעפֿירט געוואָרן אין פּאַלאַץ מיט גרויס פּאַראַד און מען האָט אים צוריק אָנגעטאָן זײַנע קעניגלעכע קליידער, און ער האָט זיך געזעצט אויף זײַן טראָן און ער האָט צוגערופֿן צו זיך ייִנגעלע־רינגעלע און געקושט אים אין קאָפּ און געזאָגט צו אים:

— מיט וואָס זאָל איך דיך באַלוינען, טײַער קינד? איך וועל דיר גאָר מאַכן פֿאַר מײַן שני־למלך.

האָט ייִנגעלע־רינגעלע געענטפֿערט:

— איך וויל גאָרנישט פֿון דיר, קלוגער קעניג! איך וואָלט נאָר וועלן זײַן בײַ דיר אין פּאַלאַץ און לערנען זיך פֿון דיר חכמה, אַז אַלע זאָלן אויף מיר זאָגן, אַז איך בין קלוג אַזוי ווי שלמה. דו ווייסט דאָך אָבער, אַדוני קעניג, אַז איך האָב איצטער קיין צײַט ניט. איך דאַרף דאָך גיין צום קעניג, וואָס אויף יענער זײַט טײַך.

האָט שלמה צו אים געזאָגט:

— יאָ, יאָ, איך ווייס! אָבער דער טאָג איז דאָך שוין אַוועק און אין דרויסן ווערט פֿינצטער, און דו מוזסט נאָך אַוודאי אויך זײַן הונגעריק, טאָ בלײַב בײַ מיר אויף וועטשערע און וועסט דאָ איבערנעכטיקן, און מאָרגן וועסטו גיין בשלום.

האָט ייִנגעלע־רינגעלע געענטפֿערט:

— יאָ! זאָל זײַן ווי דו רעדסט, אַדוני מלך!

און שלמה המלך האָט געהייסן גרייטן דעם טיש מיט די שענסטע מאכלים און מיט די בעסטע געטראַנקען — אַלץ פֿאַר ייִנגעלע־רינגעלע! און שלמה אַליין האָט אויפֿגעהויבן אַ גרויסן בעכער מיט ווײַן און האָט געזאָגט:

— דאָס טרינק איך פֿאַרן כּבֿוד און פֿאַרן געזונט פֿון ייִנגעלע־רינגעלע, וועלכער האָט מיך געראַטעוועט פֿון מײַן אומגליק, און מיך צוריקגעבראַכט צו מײַן טראָן!

און אַלע האָבן אויסגעשריגן מיט אַ מאָל אין איין קול:

— לאַנג לעבן און געזונט זײַן זאָל ייִנגעלע־רינגעלע, הוראַ!

און די קעניגלעכע קאַפּעליע האָט לכּבֿוד ייִנגעלע־רינגעלע אויפֿגעשפּילט אַ פֿײַנעם מאַרש, אַזאַ מאַרש, וואָס מען שפּילט נאָר פֿאַרן קעניג אַליין, און נאָכן עסן האָט מען ייִנגעלע־רינגעלע אַרײַנגעפֿירט אין אַ קרישטאָלענעם צימער און מען האָט אים געלייגט שלאָפֿן אין אַ בעט פֿון העלפֿאַנדביין, און ייִנגעלע־רינגעלע איז גלײַך אײַנגעשלאָפֿן, און ווי ער איז אײַנגעשלאָפֿן, האָט זיך אים גענומען חלומען, ווי ער גייט צום מלך, וואָס אויף יענער זײַט טײַך. אָבער וואָס עס איז ווײַטער געווען, וועט ער שפּעטער זען.