לכּבֿוד יום השואה ברענגען מיר אײַך אַ פֿילם וועגן די ייִדישע פּליטים, וואָס האָבן געלעבט אין די „די־פּי‟־לאַגערן אין דײַטשלאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. זיי האָבן מיט אַלע כּוחות געאַרבעט צוריק אויפֿצושטעלן אַ נאָרמאַל לעבן, כאָטש אַלע האָבן פּלאַנירט אַוועקצופֿאָרן פֿון דאָרט וואָס גיכער, דער עיקר, קיין ארץ־ישׂראל. אַ וויכטיקער טייל פֿון לעבן „נאָרמאַל‟ איז געווען — ספּאָרט, וואָס די ייִדישע יוגנט האָט זיך ספּעציעל גענייטיקט אין דעם. אין דעם דאָזיקן פֿילם פֿון 1947 זעען מיר אַ ייִדישן באָקס־טשעמפּיאָנאַט פֿון די „די־פּיס‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין מינכן. באָקס איז דעמאָלט געווען אַ סך מער פּאָפּולער ווי הײַנט, און נאָכן חורבן האָט מען אויך געוואָלט שטאָלצירן מיט אַזעלכע „שטאַרקע ייִדן‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.